איבער ספרים און מחברים
דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:13 pm
ווער קען זיין "מרדכי יפה" א אלטע שריפט.
אויף א ספר שות הב"ח שנת תנ"ז.
- עטעטשמענטס
-

- מרדכי יפה.bmp (175.93 KiB) געזעהן געווארן 347 מאל
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:23 pm
יוסף אוערבך
מען זעט די יאר תע"ג
- עטעטשמענטס
-

- יוסף אוערבך.bmp (252.18 KiB) געזעהן געווארן 341 מאל
פרייטאג ינואר 06, 2012 4:01 am
gamyuchad האט געשריבן:איך הער וואס דו זאגסט. זעט אויס נאר אויף לאטיינישע אלפאבעט רופן זיי אים בשם אביו.
זייער שיין פון חיד"א, הערליך.
ער שרייבט עס טו"ב סיון תקי"ד פה
בולזאנה BOLZANO.
בספרו מעגל טוב שרייבט ער, י' סיון, פ' נשא ביום הששי בחצות באנו לעיר בולזאן, ונתאכסנתי אצל הק' ר' משה ושם ר' שבתי עני ונכה רוח, ויש שם בית הכנסת הלכו ביריד אשר שם מתפללים בו. - י"ט סיון, פ' שלח יום א' נסענו מבולזאן וכו'. סאו ס'שטימט ער האט דאס געשריבן ערב שבת קודש פרשת בהעלותך תקי"ד.
יענעם זומער איז ער געווען אין פראנקפורט ביים פני יושע, ר' נתן אדלער, איז געבוירן היינט עשרה בטבת תק"ב. איז ער דעמאלט געווען על פי חשבון 12 און אהאלב.
דער מנהג אין דייטשלאנד איז געווען אז די מידדעלנעים האט מען גענומען דעם טאטענס נאמען
למשל ר' שמשון רפאל הירש
ר' מאיר אנשיל ראטשילד
פרייטאג ינואר 06, 2012 10:03 am
ספר שו"ת מהרש"ג דפוס ראשון עם חותמו של הג"ר אהרן מרדכי ליבערמאן ז"ל אב"ד ק. פעלידהאזא באונגארן
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג ינואר 06, 2012 10:07 am
איך האב צוויי ירחונים מגד ירחים געבינדען אין איין באנד, דער ספר האט א חתימה פון איינעם, און אויך עפעס א לענגערע שריפט פון אא צווייטען, אפשר קענען די מומחים מיר העלפן מיט די זיהוי.
- עטעטשמענטס
-

-

שבת ינואר 07, 2012 8:27 pm
אה ענדליך קען מען עפעס ארויסהעלפן ראביי מיללער און נישט נאר נאשען פון אייך.
איז דאס דער ירחון מגד ירחים שי"ל בסיגט בשנת תרנ"ח בעריכת הרב שלמה קליין אב"ד מעזא-קערעסטעש, אדער זה שי"ל בסאטמר בשנים תרפ"ה-תרצ"א בעריכת ר' יוסף חיים הכהן ווייס?
דער לענגערע כתב קיקט אויס ווי א הסכמה אדער א העתק הסכמה על חיבור שנקרא 'דברי יושר', סוף ערשטע שורה קיקט אויס ווי דער נאמען פון דער מחבר אבער דער בילד איז אפגעהאקט, דער חתימה נראה כמו אלחנן....
ביטע לייגט ארויף א סקען (נישט א בילד) און אפשר מאכט עס אביסעלע טונקעלער און איך מיין אז די טייערע חברים דא וועלן אייך קענען העלפען.
שבת ינואר 07, 2012 9:39 pm
נו, ווער קאן מנדב זיין רב מיללער'ן א סקענער?
שבת ינואר 07, 2012 11:15 pm
פאר בערך א מאה'לה איז ער א געהאלפענער,איך גיי פתיחה מיט די ערשטע $10 ווער איז זיך מצטרף?
שבת ינואר 07, 2012 11:53 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:אה ענדליך קען מען עפעס ארויסהעלפן ראביי מיללער און נישט נאר נאשען פון אייך.
איז דאס דער ירחון מגד ירחים שי"ל בסיגט בשנת תרנ"ח בעריכת הרב שלמה קליין אב"ד מעזא-קערעסטעש, אדער זה שי"ל בסאטמר בשנים תרפ"ה-תרצ"א בעריכת ר' יוסף חיים הכהן ווייס?
דער לענגערע כתב קיקט אויס ווי א הסכמה אדער א העתק הסכמה על חיבור שנקרא 'דברי יושר', סוף ערשטע שורה קיקט אויס ווי דער נאמען פון דער מחבר אבער דער בילד איז אפגעהאקט, דער חתימה נראה כמו אלחנן....
ביטע לייגט ארויף א סקען (נישט א בילד) און אפשר מאכט עס אביסעלע טונקעלער און איך מיין אז די טייערע חברים דא וועלן אייך קענען העלפען.
לכאורה שי"ל בתרנ"ח, שהרי יש עליו השנה 'ששון'. שהוא תרס"ו.
הוא כותב, "שייך לי לשמי הצעיר והפעוט באלפי "יהודא" המכונה בשם לייב ... מדאמ...ק? ששו"ן לפ"ק".
ולי נראה שם הספר "דברי יושע".
והכתב אינו בהיר לידע בבירור.
זונטאג ינואר 08, 2012 1:09 pm
ניתן לי במתנה מאת י"נ?? החבור? המהלל בהלל הגדול החסביד המפ' ???
מו"ה צבי הירשל לעהרן מאמשטערדאם
יעקב קאפיל ב"ב? הלוי ???
ער"ה דשנת
תקצ??
ר' צבי הירש לעהרן, איז דאך דער באקאנטער עסקן אין אמסטערדאם פאר צדקת ארץ ישראל
ווער איז דער מקבל? אפשר קען איינער ארויסהעלפן
- עטעטשמענטס
-

זונטאג ינואר 08, 2012 1:35 pm
חתימה משה בן עמרם גרינוואלד
- עטעטשמענטס
-
- Chasima Moishe Ben Amrom 1.pdf
- (185.83 KiB) געדאון לאודעד 43 מאל
זונטאג ינואר 08, 2012 1:39 pm
דאס איז ר' יעקב קאפל סג"ל באמבערגער אב"ד ווארמס.
זונטאג ינואר 08, 2012 1:49 pm
זה רבי יעקב קופיל הלוי באמבערגער, נולד לאביו רבי משה הלוי אב"ד נקרבישופסהיים בשנת תקמ"ה,למד אצל אביו וכן אצל רבי אשר אב"ד קארלסרוה.
חתן הג' ר' געטשליק אלזנס אב"ד מנהיים,אב"ד ק"ק ווארמס במשך ארבעים שנה וראש ישיבה האחרון של הישיבה הותיקה ביותר באירופה שם בווארמס,נפטר תרכ"ד.
כתביו נמצאים בספריית הרמבם וספ"ל בירושלים.
זונטאג ינואר 08, 2012 1:51 pm
ווילוויסן האט געשריבן:דאס איז ר' יעקב קאפל סג"ל באמבערגער אב"ד ווארמס.
קוק דא. אין מודעא לבית ישראל סוגי' מצות מכונה.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 1&pgnum=62און צוויי בלאט שפעטער זיין חתימה.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... b045e2c5b8און קוק דא וואס דער עורך שרייבט אויף אים. אז דער בעל נחל אשכול זאגט עס נאר להלכה ולא למעשה, ווייל הרה"ג דווארמס לא מסכים אתי.!
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 14&pgnum=8
זונטאג ינואר 08, 2012 1:51 pm
אופס איך זעה החכם וויל האט מיר אויסגעכאפט,פיין קנאת חכמים מרבה זיהוים.
לעצט פאראכטן דורך
יוסף שרייבער אום זונטאג ינואר 08, 2012 1:56 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג ינואר 08, 2012 1:53 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:חתימה משה בן עמרם גרינוואלד
בהשקפה ראשונה נראה לי, שהתלמידים כתבו אותו, רואים השמות קאפל מעזעי. ודוד צבי שרייבער מווארדיין, [לכאורה נכד האפסי ארץ, וכנראה למדו אצל הערוגת הבושם].
אביא צילום מחתימתו, לא נראה לי בכלל שחתם אי פעם בשמו "גרינוואלד" אבל לא ברור אצלי כעת.
- עטעטשמענטס
-

זונטאג ינואר 08, 2012 1:54 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:אופס איך זעה החכם וויל האט מיר אויסגעכאפט,פיין קנאת חכמים מרבה זהוים.
הרב שרייבער, איך גיב דיר רשות נקמה צו נעמען אין מיר, נעקסטיים כאפ דו מיר אויס... ערלעדיגט?? ביידיוועי, איז דער דוד צבי שרייבער עפעס דיין משפחה??.
זונטאג ינואר 08, 2012 2:09 pm
אוקי עמער פראבירען,אויב איז ער נכד האפסי ארץ איז ער נישט א קרוב,אבער אולי הוא נכד מרן החת"ס ונקרא ע"ש ר דוד צבי עהרנפעלד און דאן איז ער יא א קרוב.
אבער איר זענט גערעכט לכאורה איז דער דוד צבי בן הרב נפתלי שרייבער דומ"ץ בקליינוורדיין אחי האפסי ארץ. חתנו היה ר' מנחם צבי רוזענבערג הי"ד דיין בדעברעצין.
זונטאג ינואר 08, 2012 2:30 pm
איז ער טאקע דעם מעטה נפתלי'ס זון, פיין.
אגב, נישט א קרוב נאר א מחותן
זונטאג ינואר 08, 2012 3:11 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:חתימה משה בן עמרם גרינוואלד
עס איז בכלל נישט די ערוגת הבשם'ס שריפט.
הצלחה
מאנטאג ינואר 09, 2012 10:13 am
ווילוויסן האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:אה ענדליך קען מען עפעס ארויסהעלפן ראביי מיללער און נישט נאר נאשען פון אייך.
איז דאס דער ירחון מגד ירחים שי"ל בסיגט בשנת תרנ"ח בעריכת הרב שלמה קליין אב"ד מעזא-קערעסטעש, אדער זה שי"ל בסאטמר בשנים תרפ"ה-תרצ"א בעריכת ר' יוסף חיים הכהן ווייס?
דער לענגערע כתב קיקט אויס ווי א הסכמה אדער א העתק הסכמה על חיבור שנקרא 'דברי יושר', סוף ערשטע שורה קיקט אויס ווי דער נאמען פון דער מחבר אבער דער בילד איז אפגעהאקט, דער חתימה נראה כמו אלחנן....
ביטע לייגט ארויף א סקען (נישט א בילד) און אפשר מאכט עס אביסעלע טונקעלער און איך מיין אז די טייערע חברים דא וועלן אייך קענען העלפען.
לכאורה שי"ל בתרנ"ח, שהרי יש עליו השנה 'ששון'. שהוא תרס"ו.
הוא כותב, "שייך לי לשמי הצעיר והפעוט באלפי "יהודא" המכונה בשם לייב ... מדאמ...ק? ששו"ן לפ"ק".
ולי נראה שם הספר "דברי יושע".
והכתב אינו בהיר לידע בבירור.
כבודו צודק, מדובר בה'מגד ירחים' שי"ל בשנת תרנ"ח.
איך וועל בל"נ פרובירען צו סקענען און שטעלן א קלארערען העתק, בישע אלקים.
מאנטאג ינואר 09, 2012 12:41 pm
א יישר כח פאר הרב שרייבער און הרב ווילוויסן.
קנאת סופרים תרבה חכמה. יה"ר שלא ייבוש המעין
פה בשער עמדתי למשמרת,
למי שייך חרות בעט ועופרת
שלא יהיה לממארת
אם ימצא הגנב במחתרת
שייך לא"א הרבני הנגיד והחסיד והמפורסים
כש"ת ה"ה מו"ה אפרים פישל אוירבאך
בעה"ח יום ג' פ' שמיני תרל"ח לפ"ק פה פלאצק יע"א
אני הח' שמואל משה אוירבאך
נחמי' בן מו"ה ברוך מנחם אויערבאך
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג ינואר 09, 2012 3:03 pm
א ספר פול מיט הערות והגהות, נישט באקאנט וועמענס. עס האט א זיגל אנהויב דעם ספור פון: יקותיאל זלמן קארן רב בק"ק איללאק והגליל.
איך לייג צו איין בלעטל פון כתב פון די הערות. אפשר קען איינער משוה זיין און דערגרונטעווען עפעס
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג ינואר 09, 2012 5:05 pm
א זיגל פון א גוויסע ר' ל. מידזיוק פון מאנקטאן, ניו-בראנזוויק (קאנאדא) אויף א פרי מגדים, איך האב נישט קיין פרטים איבער דעם; רב, שו"ב, ש"ץ ומוהל
- עטעטשמענטס
-

- seferperimegadim00teom_0002.jpg (14.85 KiB) געזעהן געווארן 375 מאל
-

מאנטאג ינואר 09, 2012 8:48 pm
זאמלער האט געשריבן:א ספר פול מיט הערות והגהות, נישט באקאנט וועמענס. עס האט א זיגל אנהויב דעם ספור פון: יקותיאל זלמן קארן רב בק"ק איללאק והגליל.
איך לייג צו איין בלעטל פון כתב פון די הערות. אפשר קען איינער משוה זיין און דערגרונטעווען עפעס
רב זאמלער, איר ווייסט זיכער דער כלל איז אז אויב עס איז נישט דא קיין סיבה צו טראכטען אז נישט דער בעל הסטעמפל האט געשריבען די הגהות איז מסתבר אז דאס איז זיין כתב.
רבי יקותיאל זלמן קארן נזכר במאורי גליציה ח"ד עמ' 427 , בא מטורנא להיות דומץ בפטרובוסלא ומשם נתמנה לאב"ד איללאק. נזכר גם בשו"ת פאת השדה מאת ר' ברוך עקפעלד אב"ד טשוס.