Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג דצמבר 26, 2011 8:47 pm

אויף די זעלבע ספר 'בעזה"ית ה"ק ברוך צבי הכהן מאשקאוויטש אב"ד ור"מ דפה קה"י פאקש והגלילות יצ"ו ש' תש"ז לפ"ק'

אויך א סטעמפל 'ישיבת בני דוד דק"ק פאקש יע"א'
עטעטשמענטס
paks2.jpg
paks3.jpg

Advertisement

דינסטאג דצמבר 27, 2011 8:23 am

הרב מפאקש הנ"ל חיבר הרבה ספרים מלאים זיו ומפיקים, לא השאיר אחריו זש"ק אבל השאיר תלמידים רבים שמנציחים זכרו.

דינסטאג דצמבר 27, 2011 10:56 am

רב שרייבער. ס'מאכט אביגדור יודא כ"ץ

דינסטאג דצמבר 27, 2011 12:53 pm

רעב גם,איך האב אויך געהאט א ספק צו עס איז כץ אדער כף נאר אזוי ווי איך וייס אז ביי משפחת כף איז דא אביגדור יודא און זיי שטאמען טאקע פון פאקש האב איך געשריבען כף,באמערקט אז די שטרעכלעך העכער כץ-כף זענען אנדערש ווי דער כותב ניצט ביי אנדערע ווערטער ועדיין לא יצאנו מדי ספק.

דינסטאג דצמבר 27, 2011 2:11 pm

אפשר איז כף אויך עפעס א ראשי-תיבות...

דינסטאג דצמבר 27, 2011 4:35 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:רעב גם,איך האב אויך געהאט א ספק צו עס איז כץ אדער כף נאר אזוי ווי איך וייס אז ביי משפחת כף איז דא אביגדור יודא און זיי שטאמען טאקע פון פאקש האב איך געשריבען כף,באמערקט אז די שטרעכלעך העכער כץ-כף זענען אנדערש ווי דער כותב ניצט ביי אנדערע ווערטער ועדיין לא יצאנו מדי ספק.

דאס איז זיכער אז דאס איז אן ענדע צדיק, אויב ווייסטו פון אזא פערזאן און אז ער זאל האבן געהייסן כף, מוז דאס זיין א טעות סופר.
וואס מיינט איר ארויסצוברענגען מיט דעם דיפערענץ פון די שטרעכלעך?
זענען די כף'ס כהנים?

מיטוואך דצמבר 28, 2011 11:18 am

farshlufen האט געשריבן:גם יחד, וואס פארמאגט איר פון "מרדכי סג"ל גליקמאן מאוהעלי" און ווי אלט בערך?



אינטערעסאנט זעט אויס ער האט געהאט אסאך ספרים ווייל יאך האב אויך א ספר מיט דעם נאמען שטייט נאר נישט אוהעל. איך ווייס נישט אויב עס איז.זעלבער

מיטוואך דצמבר 28, 2011 12:19 pm

הרב וויל-וויסן יהא בואכם לברכה. אפשר שטעלט איר ארויף א בילד פונעם חתימה?

גם יחד שטעלט אויך ארויף א בילד, לאמיר זעהן צו מ'רעדט פונעם זעלבן מענטש.

מיטוואך דצמבר 28, 2011 3:54 pm

נחמן נתן האט געשריבן:הרב וויל-וויסן יהא בואכם לברכה. אפשר שטעלט איר ארויף א בילד פונעם חתימה?

גם יחד שטעלט אויך ארויף א בילד, לאמיר זעהן צו מ'רעדט פונעם זעלבן מענטש.


הרב נחמן נתן ברוכים תהיו. איך האב זייער א שוואכע סעלפאון איך האב געמאכט א פיקטשער מיט עס איך האף וועסט עס קענען ליינען.
עטעטשמענטס
מרדכי גליקמאן.jpg

דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 8:47 am

נחמן נתן איך קען נישט יעצט ארויפלייגן דא. אנטשולדיגט.. איך קען אייך אבער זאגן אז עס קוקט בערך אזוי אויס.

דינסטאג ינואר 03, 2012 12:58 pm

די זיגל פון 'בית המדרש הנקרא קלויס ישן וחדש דק"ק האמבורג':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5

מי הוא זה

דינסטאג ינואר 03, 2012 1:36 pm

איך האב א ספר פון תק"ץ מיט א חתימה פון הקטן זלמן בהרב המאור הגדול מו"ה אליעזר זצ"ל
די חתימה איז בערך פון ת"ר
תודה למפרע
איך וואלט יעך געוואלט וויסן צו עס איז דא אייניקלך היינט צו טאג פון הרב מנחם בלייער אב"ד טשאטה
אזוי אויך פון רי אליה בלייער אב"ד קאלוב

דינסטאג ינואר 03, 2012 2:36 pm

מיללער האט געשריבן:די זיגל פון 'בית המדרש הנקרא קלויס ישן וחדש דק"ק האמבורג':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5



הרב מילער בקלויז הזה ישבו ולמדו גדולים וטובים כמו המקובל ר' אליקים געטש שלעזינגער,הגאון ר' יחזקאל יאעלזאהן תלמיד רעק"א שישב שם במשך כחמשים שנה,הגאון ר' מרדכי מיכאל יפה תלמיד רעק"א ואב"ד זאדון ושמיגעל, במח"ס בית מנחם, שו"ת מהר"ם יפה.

די תו-ספר פון די קלויז און כת"י ר' מרדכי מיכאל יפה הנ"ל 'ספר המחנה אפרים הלז הגעני בחליפין למו"ה יהודא ראזענבערג נ"י ולראי' באתי על החתום המבורג יום ג' ר"ח ניסן תברך לפ"ק מרדכי מיכאל יפה יושב ביהמ"ד קלויז ישן וחדש'.


מונח בזכרוני שהנדיב בונה הביהמ"ד שילם להלומדים מעין כולל של ימינו והיה זה זכות גדול בזמנו,גם מעניין השם 'יושב' בדומה להיושבים החסידים שחיו על חשבון האדמור.
עטעטשמענטס
hamburg.jpg
hamburg1.jpg

דינסטאג ינואר 03, 2012 3:04 pm

דא האט איר דעם סטעמפל אביסעל קלארער.

'Die vereinigte alte u. neue judische klause in hamburg'

כנראה זה היה איחוד בין שני קלויזים.
עטעטשמענטס
hamburg2.jpg

דינסטאג ינואר 03, 2012 3:55 pm

תודה רבה, מעניין!

מיטוואך ינואר 04, 2012 11:11 pm

חתימת הרב משה בן הרב דוד ווייסקאפף (תלמיד החת"ס, אב"ד וולערשטיין,נפטר תרמ"ב). ר' משה נולד בשנת תקצ"ז,תלמיד הכתב סופר, הערוך לנר,הג' ר' יצחק דוב הלוי באמברגער אב"ד ווירצבורג, ור' נטע וואלף הלוי ליבר ר"בד פרעשבורג.

משנת תרט"ו ר"מ בקולמאר ומשנת תרי"ט רב דקהל יראים בפאריז.בשנת תרס"ה נתמנה לחבר הבי"ד שם,נפ' ט"ו שבט תרצ"ו.

'מעזבון אאמו"ר זצ"ל
הק' משה בלאאמו"ר מוה"ר דוד ווייסקאפף
M Weiskopf'

מקודם היה הספר שייך להנשר הגדול ר' נתן בן ר' שמעון אדלער.

' herrn nathan simon adler wo?a??ig in frankfort a mein'
עטעטשמענטס
frank.jpg
frank1.jpg

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 4:08 am

וואו גאר אינטערעסאנט
א גרויסען שכוח

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:30 pm

יוסף
Nuthen simon מוז מיינען נתן בן שמעון?

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 6:47 pm

איך ווייס נישט צו עס מוז אבער דאס איז די פאקט,אזוי ווי רבי שמשון רפאל הירש מיינט רבי שמשון בן ר' רפאל,איך האב שוין געהאט אין מיין האנט פארשידענע ספרים וואס האבען געהערט פאר ר' נתן אדלער דערינטער עטליכע מיט זיין חתימה און אלע האבען געהאט אזא ענליכע אויפשריפט,צווישען זיי אויך ר' נתן אדלער'ס הגדה של פסח.

דער שרייבער האט זעהט זיך אויס געהאט א לויזע פענע און האט אנגעפירקעלט אסאך פון ר' נתן אדלער'ס ספרים.

און זיינער צייט האט מען בעיקר באטיטעלט ר' נתן הקצין,התורני,השר,הטפסר,האלוף.

איך לייג דא ארויף א קאפי פון ספר שתי ידות מיט א שיינע הקדשה פונעם חיד"א, און פארשידענע שרייבערס זענען מעיד אז דער ספר געהערט פאר ר' נתן אדלער (כידוע איז דער חיד"א געווען אין פראנקפורט 80 טעג און האט געוואלט טרעפען ר' נתן וכאשר ראוהו פעם אחר התפלה המליץ עליו 'הנה נא ידעתי כי איש אלקים קדוש הוא עבר עלינו תמיד',ר' נתן היה אז לפי החשבון ילד בן 11.)

http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... rabbi.html

דריי פון די שרייבערס ריפען עם nathan simon adler.

על השער גם חתימת בן משפחתו ר' מרדכי הכהן אדלער אב"ד האנובר.
עטעטשמענטס
adler.jpg
adler1.jpg
adler2.jpg
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנערשטאג ינואר 05, 2012 8:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 6:48 pm

.
עטעטשמענטס
adler3.jpg

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 8:19 pm

איך הער וואס דו זאגסט. זעט אויס נאר אויף לאטיינישע אלפאבעט רופן זיי אים בשם אביו.

זייער שיין פון חיד"א, הערליך.
ער שרייבט עס טו"ב סיון תקי"ד פה בולזאנה BOLZANO.
בספרו מעגל טוב שרייבט ער, י' סיון, פ' נשא ביום הששי בחצות באנו לעיר בולזאן, ונתאכסנתי אצל הק' ר' משה ושם ר' שבתי עני ונכה רוח, ויש שם בית הכנסת הלכו ביריד אשר שם מתפללים בו. - י"ט סיון, פ' שלח יום א' נסענו מבולזאן וכו'. סאו ס'שטימט ער האט דאס געשריבן ערב שבת קודש פרשת בהעלותך תקי"ד.

יענעם זומער איז ער געווען אין פראנקפורט ביים פני יושע, ר' נתן אדלער, איז געבוירן היינט עשרה בטבת תק"ב. איז ער דעמאלט געווען על פי חשבון 12 און אהאלב.

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:29 pm

זאל זיין 12 און אהאלב איך האב נאכגעשריבען יענעם שרייבער בלי לבדוק.

ווען איך האב געהאלטען די ספר אופען ערשטען בליק האט מיר אויסגעזעהן אז די חתימה 'ר' נתן אדלער' העכער דאס ווארט 'ספר' קען זיין פון עם אליינס ווייל ער פלעגט צומאל זיך אזוי אינטערשרייבען,כ'האב עס משוה געווען מיט אנדערע חתימות און לכאורה איז עס ענדליך אבער נישט כתי"ק.

ד"א דעם פנ"י האט ער געטראפען און וורמיזה ראה בס' הנ"ל עמ' 23.

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:02 pm

ר' יעקב שמש הי' רבו של החתם סופר.
האם זה הוא?
עטעטשמענטס
יעקב שמש.bmp
יעקב שמש.bmp (145.18 KiB) געזעהן געווארן 108 מאל

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:06 pm

יא זה חתימת הרב יעקב שמש זצ"ל,א גרויסער איד געווען.

דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:10 pm

הרב שרייבער ביסט א בקי גדול זע איך.
ישר כח גדול באמת..
שכרך יוכפל מן השמים.
שרייב א תגובה

Advertisement