איבער ספרים און מחברים
מיטוואך דצמבר 21, 2011 11:36 am
לכבוד חנוכה וועל איך שטעלען איינס אויף אן אנדערען אופן,אזוי ווי דער אשכול פון בילדער בצורה פון א חידה,איך ווייס ווער די ערשטע צוויי חותמים זענען און די 3 טובי העיר אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך אבער שאדט נישט אויב איינער ווייסט ווער זיי זענען.
יצחק מאיר הכהן קרולל
יחזקל שרי...
יוסף מנחם מענדל ....
הינט:דער ישיבה האט אנגעהאלטען נאר 2 יאר און האט זיך צוגעמאכט מחוסר ממון.
אויך ווער איז דער וואס האט שפעטער צוגעשריבען 'צבי הערש... באאמ"ור הה"ג מו"ה יוסף שליט"א האבד"ק?
- עטעטשמענטס
-

Advertisement
מיטוואך דצמבר 21, 2011 1:46 pm
SPUSMN האט געשריבן:נישט יעדער קוקט און די מי באר אשכול, איז ברענג איך עס דא, אז אפשר וועט איינער דא עפעס וויסען וועגען דעם.
אויף דער ספר מי באר געדרוקט און וויען און שנת תקפ"ט שטייט אויפען דעקל: "הק' פנחס אליעזר סג"ל Lowy
נאכדעם שטייט: "קבלתי במתנה מאחי התו' (התורני) המופלא ומופלג מהור"ר יוסף שמואל סג"ל נ"י, אני הכותב הק' פנחס אליעזר סג"ל מאו"ד (מאונסדארף) Lowy".
רבי יחזקאל'ס זוהן רבי אהרן יוסף שמואל זצ"ל וואס מען זאגט אויך אים אז ער איז געווען ממש ווי זיין טאטע (כ'מיין אז דער חתם סופר שרייבט עפעס אזוי צו אים) איז געווען א תלמיד פונעם שמן רוקח און געווארען אן איידעם ביי זיין רבי'ס זוהן דער שערי תורה. רבי אהרן יוסף שמואל זצ"ל האט ממלא מקום געווען זיין גרויסען טאטען על פי המלצת החתם סופר, און איז געווען דער שווער פון צוויי גרויסע תלמידי חתם סופר, רבי כלב פייבל שלעזיגער זצ"ל אבד"ק טאפאלטשאן און רבי פסח זינגער זצ"ל אבד"ק פ"ק וואס ווען ער איז נפטר געווארען ערב פסח האט דער כתב סופר זצ"ל געזאגט אויך אים אז ער איז געווען א קרבן פסח.
איך ברענג די לינק פון מיין הערות אויף דעם תגובה צוליב וואס עס קומט באמת אויך נישט אריין אין די "מי באר" אשכול
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=501288#p501288
מיטוואך דצמבר 21, 2011 2:40 pm
הרב גם יחד און הרב ללמוד וללמד, א דאנק אייך פאר דער אינפארמאציע.
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 1:18 am
farshlufen האט געשריבן:גם יחד, וואס פארמאגט איר פון "מרדכי סג"ל גליקמאן מאוהעלי" און ווי אלט בערך?
gamyuchad האט געשריבן:הספר נדפס בשנת תרמט.
יש לך פרטים אודותיו?
הי' חי אחר המלחמה?
פארשלאפן, מ'דארף ענטפערן אדער יא? איך פרעג סתם...
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 9:18 am
סאו קיינער ווייסט נישט דער פתרון צו מיין חידה?
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 9:37 am
עס זעהט אויס ווי טשענסטכוב
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 9:41 am
יא,גיי ווייטער
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 9:46 am
דער ראש ישיבה איז געווען ר' נחום בן ר' דוד צבי
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:16 am
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:22 am
פיין פיין (באקימסט א פרי דונאט ביי קושער דילייט..) יא הרב נחום אש אב"ד טשענסטכוב פאר צענדליגע יארען,דער ראש המנהלים איז אביסעל שווערער צו כאפען.
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:27 am
ר' יוסף איר זענט א לאנדסמאן?????
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:30 am
נו חשש גילוי....אבער כאב שוין געגעסען זייערע דילייטס נאך פאר די שריפה...
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:32 am
מאיר חנוך העניך?
אפשר איז דאס ער
http://www.hebrewbooks.org/7078
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 10:38 am
יאף דאס איז איט יעצט קימט אייך א הייסע לאטקעלע אויך,ר' מאיר חנוך העניך אב"ד טורטשין,וואליא ודומ"ץ בטשענסטכוב ואח"כ בתל אביב האט אויך געמאכט נאך ספרים,יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסען ווער דער צבי הערש איז.
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:11 am
כ'טרעף נאר א ר' צבי הערש בן יוסף ליבאוויטש....
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:18 am
gamyuchad האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:גם יחד, וואס פארמאגט איר פון "מרדכי סג"ל גליקמאן מאוהעלי" און ווי אלט בערך?
gamyuchad האט געשריבן:הספר נדפס בשנת תרמט.
יש לך פרטים אודותיו?
הי' חי אחר המלחמה?
פארשלאפן, מ'דארף ענטפערן אדער יא? איך פרעג סתם...
דער איד לעבט ב"ה צו לאנגע געזונטע יארן בעירנו וויליאמסבורג המעטירה.
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:24 am
wow
העכסט אינטערעסאנט....
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:56 am
אינטערעסאנט, דער ספר 'התרומה' אויק היברו-בוקס איז פיל (זעה דפים 27-30 און נאך) מיט הערות, קוקט נישט אויס וי הגהות אויפן ספר נאר ענדערש ווי א פערזענליכע נאוט-בוק, ווער קען דאס מפענח זיין? אויפן עמוד ראשון איז דא עפעס פרטים פונעם נוצן ומקבל.
http://www.hebrewbooks.org/41342
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 12:06 pm
עס שטייט
בודקין אחריו
שבתי צבי
איך וועל אי"ה אויף א געלעגענהייט צוריק קומען און מעהר זעהן
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 12:56 pm
ס'קוקט עפעס אויס א ליקוט פון פסוקים, מאמרי חז"ל, און הלכות.
איך וועל זען וויפיל איך קען ארויסליינען.
זונטאג דצמבר 25, 2011 2:27 pm
איך האב א ספר מיט א חתימה וואס איך ווייס ניש ווער דאס איז, ווער וואלט מיר געקענט ארויסהעלפן דערמיט: די חתימה וואס מען קען ליינען איז"הק' זלמן בהרב המאור הגדול מו"ה............... " פון דא און ווייטער קעןמען נישט ליינען. ווער איז דאס גווען.
דאס איז גע'חתמ'ט אויף א ספר נתיבות המשפט פון יאר תק"צ, די חתימה זעט אויס איז אויך געחתמט געווארן אין יענע תקופה
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג דצמבר 26, 2011 5:12 am
אנטשולדיגט מען זעהט גארנישט....
מאנטאג דצמבר 26, 2011 5:42 am
כ'האב געזעהן א ספר מיט א חתימה פין ר' שלום אליעזרל הי"ד אז כ'וועל קענען וועל איך ברענגען א קאפי בעז"ה.
מאנטאג דצמבר 26, 2011 8:45 pm
חתימת ר' ישראל עפשטיין דומ"ץ פאפא,נזכר בשו"ת חת"ס.
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג דצמבר 26, 2011 8:46 pm
אויף די זעלבע ספר 'למזכרת אהבה לכבוד איש צדיק תמים יושב אוהלים כקש"ת מוהר"ר יצחק קערפל נ"י דיין דק"ק פאקש יע"א מאת אוהבי כנפשי תלמידו הנאמן
הק' אביגדור יודא כף'.
המקבל ר' יצחק קערפל דיין בפאקש,נולד בעיר סערדאהעל לאביו ר' יום טוב ליפמאן שהיה חתן הג' ר' משה באנהארט-פולק ראב"ד סערדאהעל ,תלמיד השבט סופר ור' דוד ניימאן רב"ד פרעשבורג ,נשא את בת הרבני ר' משה דוב שלעזינגער בן הרב ישראל דוד שלעזינגער אב"ד פעזינג, בערך בשנת תרנ"א נתמנה לדיין בפאקש,נפ' ערב חנוכה ת"ש.
הנותן ר' אביגדור יודא כף איז דאכט זיך א זיידע פאר די ניו יארקער כף משפחה.
- עטעטשמענטס
-

לעצט פאראכטן דורך
יוסף שרייבער אום מאנטאג דצמבר 26, 2011 9:03 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן