בלאט 11 פון 121
זעלטענע געלעגענהייט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:12 pm
דורך dovidal
מיר זענען גרייטצו צאלן על אתר $50 פאר דער וואס קען אידענטיפיצירן דעם כתב יד, דאס איז ווארשיינליך איינע פון די טשערנאבלער אדער ריזשנער גזע.
ביטע רופן 845.729.0817
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:00 am
דורך msp
אברהם יהושע העשיל
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 07, 2011 1:41 am
דורך בןהרחמן
ער האט נישט געפרעגט ווער עס קען ליינען וואס דא שטייט, ער וויל אידענטיפיצרן וועמענס כת"י דאס איז, וועלכער אברהם יהושע העשיל.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 07, 2011 10:33 am
דורך מחזור
איך זוך א חתימה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
חתימה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 12:37 am
דורך dovidal
מחזור האט געשריבן:איך זוך א חתימה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
איך האב עטליכע חתימות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 2:38 pm
דורך זאמלער
ווער קען העלפן מפענח זיין נ''ב מיר צאלן נישט קיין $50
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 11:06 am
דורך שישא
אפשר קאמישן געסטו יא...
בעזהשי"ת
ב"ה יום שנכפל בו כי טוב התרנ"א לפ"ג
זה הספר שייך לאאמו"ר הרב הגאון המופלג חו"ב ... כש"ת מו"ר א"פ [אליעזר פריש] אבדפ"ק ט. פרומאס יעא"ס, ויען ששכיח גונבי ספרים כתבתי וחתמתי את שמי, וכל מקום שאמרו שלא לכתוב רשאין הן לחתום, עיין בהלכות תפנ"א?
הצעיר אפרים פישל פריש בהרב אבד"ק הנ"ל
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:15 pm
דורך אברהם שלמה
שישא האט געשריבן: אבדפ"ק ט. פרומאס יעא"ס
אפשר Periam, Romania
Alternate names: Periam [Rom], Periamos, Perjámos [Hun]
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:20 pm
דורך פעדער
כ'האב אמאהל געזעהן א כתב יד 4 עמודים, פון ר' חיים וויטאל וואס פארקויפט זיך אין גאס פאר 50 טויזנט דאלער און העכער. איז עס א געווענליכע פרייז דערפאר? אדער איבערגעטריבן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:24 pm
דורך dovidal
פעדער האט געשריבן:כ'האב אמאהל געזעהן א כתב יד 4 עמודים, פון ר' חיים וויטאל וואס פארקויפט זיך אין גאס פאר 50 טויזנט דאלער און העכער. איז עס א געווענליכע פרייז דערפאר? אדער איבערגעטריבן?
מען קען דאס קויפען פאר 25000 $
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 12:27 pm
דורך פעדער
פאנט ווייסטו? און וואנעט קען מען?
עתיקות
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 2:02 pm
דורך dovidal
פעדער האט געשריבן:פאנט ווייסטו? און וואנעט קען מען?
נא להתקשר מחוץ לפארם עם הטעלפון שלך ואתן לך שם הסוחר שמוכר עתיקות במחיר זה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:47 am
דורך msp
פעדער האט געשריבן:פאנט ווייסטו? און וואנעט קען מען?
זאג נאר פעדער
ביזט שוין איבער די פערציג?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:24 pm
דורך SPUSMN
פעדער האט געשריבן:כ'האב אמאהל געזעהן א כתב יד 4 עמודים, פון ר' חיים וויטאל וואס פארקויפט זיך אין גאס פאר 50 טויזנט דאלער און העכער. איז עס א געווענליכע פרייז דערפאר? אדער איבערגעטריבן?
עס האט נישט קיין פרייז, עס איז ווערט אזוי פיל וויפיל מענשען זענען גרייט צו געבען דערפאר, אבער מען קען אנווייזען אויף אן ענליכע חפץ און זאגען אז אויב יענס איז געגאנגען פאר אזויפיל איז דאס אויך ווערט אזויפיל. פופציג טויזענט דאלער הערט זיך נישט ווי א סאך ווען עס קומט צו רבי חיים וויטאל זי"ע
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:39 pm
דורך מיללער
שישא האט געשריבן:אפשר קאמישן געסטו יא...
בעזהשי"ת
ב"ה יום שנכפל בו כי טוב התרנ"א לפ"ג
זה הספר שייך לאאמו"ר הרב הגאון המופלג חו"ב ... כש"ת מו"ר א"פ [אליעזר פריש] אבדפ"ק ט. פרומאס יעא"ס, ויען ששכיח גונבי ספרים כתבתי וחתמתי את שמי, וכל מקום שאמרו שלא לכתוב רשאין הן לחתום, עיין בהלכות תפנ"א?
הצעיר אפרים פישל פריש בהרב אבד"ק הנ"ל
תולדותיו בקצרה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 63&hilite=[האם ר' דניאל פריש ז"ל השתייך לאותה משפחה?]
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 7:52 pm
דורך אברהם שלמה
מיללער האט געשריבן:
[האם ר' דניאל פריש ז"ל השתייך לאותה משפחה?]
ווואס איז דיין ספק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:20 pm
דורך זאמלער
שישא האט געשריבן:אפשר קאמישן געסטו יא...
בעזהשי"ת
ב"ה יום שנכפל בו כי טוב התרנ"א לפ"ג
זה הספר שייך לאאמו"ר הרב הגאון המופלג חו"ב ... כש"ת מו"ר א"פ [אליעזר פריש] אבדפ"ק ט. פרומאס יעא"ס, ויען ששכיח גונבי ספרים כתבתי וחתמתי את שמי, וכל מקום שאמרו שלא לכתוב רשאין הן לחתום, עיין בהלכות תפנ"א?
הצעיר אפרים פישל פריש בהרב אבד"ק הנ"ל
א דאנק פארן מפענח זיין
קאמישאן איז נישט שייך, דער ספר איז נישט אויף ליצוטאציע יעצט...
זה הספר שייך לכ"ק ??? הק' הרב הגאון הצדיק וכו' אבד"ק זענטא
בפשטות רעדט מען דא פון הרה"ק בעל ברך משה זצ"ל
אויף א בלאט דערנעבן איז דא א זיגעל "הב' אליעזר וויזעל גבאי דחברה בחורים דקק זענטא"
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:41 pm
דורך יוסף שרייבער
אא"מ? ה"ה אדער פ"ה, אזוי ווי דער ברך משה האט זיך באזעצט אין זענטע ערשט קורץ פאר די די קריג איז דאס נישט מסתבר,די כתב זעהט אויס אביסעל עלטער.
ד"א עס איז גרינגער צו ליינען ווען איר וואלט געלייגט סקענס אנשטאט בילדער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:51 pm
דורך זאמלער
זיגעל פון ר' שמחה יאיר ראזענעפלד אב"ד הרבה ערים ראטשוינז, ראדזימין, אוזרקוב, ובסוף בפיעטריקוב בעל מחבר ספר אורה ושמחה
מיט די חתימה פון זיין איידעם ר' נחום מאיר סג"ל פיש אב"ד חענשין
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 1:15 am
דורך יוסף שרייבער
'בעז"ה חנני העליון ית' בהס' הקדוש הלזה מעט הכמות ורב האיכות פרי צדיק עץ חיים י"ד כותבת ונוחלת יחיאל מיכל גאלדשלאג חופ"ק קיקאל'
זה הגאון הרב יחיאל מיכל בן ר אברהם גאלדשלאג,אב"ד קיקאל,שנרצקי,פודמביץ,אוסטרלענקה,ושעפס נולד תקצ"א ונפטר תרע"ח.
מחבר ס' אמרי אמת,עינים לראות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 7:55 am
דורך יוסף שרייבער
'אשתי ליבא תח' לקחה ספר זה מתכשיטיה עקיבא יוסף'
וחותמת 'עקיבא יוסף בן יחיאל פעה"ק ירושלם תובב"א'
ידוע אז הצדקנית מרת ליבא די טאכטער פון ר' הלל קולומייער האט אלעס אוועקגעגעבען אז איר מאן זאל קענען לערנען.דא זעהט מען אז זי האט פארקויפט איר צירינג כדי ר' עקיבא יוסף זאל קענען קויפען דעם ספר תורת הבית להרשב"א.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:13 am
דורך farshlufen
יישר כח ר' יוסף, דאס הייסט אן עושה רצון בעלה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 12:46 pm
דורך msp
דאס איז טאקע א געוואלדיגע מוסר השכל
אין ירושלים איז געווען אסאך ענדליכע מעשיות פון אוועק געבען אלץ אויף צו קענען לערנען
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 3:13 pm
דורך מיללער
אינעם טופס פונעם ספר 'ששה זרעוני גינה' להגאון ר' זלמן עמריך דיין ומו"ת בפראג בימי הגאון בעל נו"ב, וועלכע געפינט זיך אויף היברו-בוקס איז דדא צוויי חתימות אויפ'ן שער בלאט, איך לייען עס:
נפתלי הירץ עמרם ממשפחת היילפרין
גומפריך הלוי מברעסלא
אפשר ווייסט מען ווער די צוויי זענען געווען?
http://www.hebrewbooks.org/24346
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 4:23 pm
דורך רבבה
לדעתי החתימה היא נפתלי הירץ עמדין ממשפחת היילפרין