בלאט 2 פון 121

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 4:08 pm
דורך זאמלער
כהאב געטראפען א חתימה אויף א ספר וואס איז געשיקט געווארען צו הרב מרדכי לעבאוויטש ראש ועד הרבנים דמדינתינו פון הק' דוד...?הרב ד...? טאב יצ"ו
ווארשיינליך איז דאס דער מרדכי לעבאוויטש בן ר' שמעון לעבאוויטש ראב''ד פרעשבורג וואס בן הרחמן האט געשריבן וועגען עם און אשכול פון ר' משה יהודה לעבאוויטש פון זענטא אפשר קען איינער ארויסהעלפן פון וועלכע טאבע רב האנדעלט זיך דא??

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 01, 2010 4:13 pm
דורך יהיה כן
לכאורה הה"ג ר' דוד גראס אב"ד טאב מח"ס זהב שבא

http://www.hebrewbooks.org/21560

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 12:30 pm
דורך זאמלער
יישר כח יהיה כן

ר' נחום בער'ניו מסאדיגורא זצ"ל האט געהאט א גרויסע ביבליאטעק מיט צענדליגע טויזענטע ספרים, אויף זיינע ספרים האט ער געהאט פאשידענע מיני זיגלעך, אויף אסאך "ירושת אבותי" – דאס איז די גרעסטע חשיבות און מערסטע ווערד, אנדערע איז געשטאנען "קנין כספי", זעט דא אויף דעם ספר "תורה אור" ווי ער שרייבט "קנין כספי נחום דובער פרידמאן" ווי אויך זיין זיגעל

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 07, 2010 10:23 pm
דורך ביקסאד
הקדשות בספרים, עיריית תל אביב - יפו.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 09, 2010 11:26 pm
דורך פונקטליך
די בילד איז נישט קלאר
a.JPG
a.JPG (9.74 KiB) געזעהן געווארן 559 מאל

גם
אני לא אמנע את פרי עטי שזה
הספר ערוגת הבשם שייך להאלוף
הקצין הנדיב התרני והרבני מו"ה
נתן קרעמזיר ני"ו
ולבע"ה יום ב פ' תולדות תקע"ה
לפ"ק
הק' ישראל דייטש מק"ק צילץ
יע"א



דאס איז אין ספר ערוגת הבשם פון ר' שמואל ארקוולטי זצ"ל
נדפס בשנת ת"צ


איז די נאמען ישראל דייטש פון צילץ עפעס באקאנט?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 10, 2010 11:29 am
דורך פונקטליך
אפשר איז דאס ר' ישראל דייטש ז"ל במח"ס זרע ישראל

yisrul dutch.jpg


ער האט געלעבט אנפאנג ת"ר (איך זעה א דרשה תר"ד) און געוואוינט אין 'שלעזיע' געגנט (דרום מערב פוילן) און די שטאט 'צילץ' איז אויך אין 'שלעזיע'

ס'קען זיין?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 10, 2010 3:38 pm
דורך מיללער
איך האב דערווייל געזוכט איבער דעם מקבל ר' נתן קרעמזיר, און געטראפן אז ער האט געוואונט אין ברעסלויא ווי ער איז געווען פון די 'מופלגי העיר' און א תלמיד פון ר' יצחק דוקלא אב"ד פרעשבורג.

די מקור איז אין א אינטערעסאנטער ספר ברכת משה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 53&hilite=

אז מ'האט צייט ברויך מען דארט אפירזוכען אסאך אינטערעסאנטע ענינים, ווען ער דערציילט אסאך ענינים פרטיים פון אנשי השם בימים ההם.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 10, 2010 9:33 pm
דורך פונקטליך
ישר כח הרב מיללער

איך האב דאס אויך היינט אינדערפרי געטראפן אבער כ'האב עפעס נישט געקענט זעצן געהעריג די ווערטער

ס'דאכצעך מיר אז דער ברכת משה רעדט דארט פון א שטאט קרעמזיר, ווייל ער שרייבט דערנאך 'יצ"ו'

געב עס א קוק איבער, די לשון איז עפעס אינטרעסאנט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 10:48 am
דורך מיללער
פונקטליך האט געשריבן:ישר כח הרב מיללער

איך האב דאס אויך היינט אינדערפרי געטראפן אבער כ'האב עפעס נישט געקענט זעצן געהעריג די ווערטער

ס'דאכצעך מיר אז דער ברכת משה רעדט דארט פון א שטאט קרעמזיר, ווייל ער שרייבט דערנאך 'יצ"ו'

געב עס א קוק איבער, די לשון איז עפעס אינטרעסאנט



אין יענער יארען פלעגט מען רופען מענטשן ע"ש די שטאט פון וואנעט זיי האבן געשטאמט, נעם לדוגמא דער מחבר פונעם 'ברכת משה' הנ"ל ער האט געהייסן ר' משה קערנער און געקומען פון זלאטווי (?) וועסטו זעהן איז אין די הסכמות באציען זיך רוב מסכימים צו אים אלס משה זלאטווי, דער ר' נתן קרעמזיר איז בפשטות געווען פון א שטאט קרעמזא און דאס איז דער יצ"ו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 11:08 am
דורך פונקטליך
גערעכט מיללער
ס'קוקט טאקע אזוי אויס ווייל ווי געזאגט שטימט נישט אנדערש דאס זעצן די ווערטער.

נאך אינפארמאציע שאדט נישט
שכוח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 11:11 am
דורך פונקטליך
חתימת הג"ר חיים בערלין ז"ל

IMG_0027.JPG
IMG_0027.JPG (14.86 KiB) געזעהן געווארן 399 מאל

חיים בערלין
בהגאון אדמו"ר הנצי"ב זצ"ל

מלפנים רב במאסקווא ואב"ד ור"מ
בוואלאזין וכעת בירושלים עיה"ק ת"ו


(אינמיטן)
OBER RABINER
CH BERLIN

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 12:01 pm
דורך פונקטליך
אז מ'רעדט שוין ברענג איך א בילד

הג"ר חיים ברלין ז"ל
Ch Berlin.jpg
Ch Berlin.jpg (1.57 KiB) געזעהן געווארן 489 מאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 5:15 pm
דורך פונקטליך
הגאון ר' חיים בערלין זצ"ל איז געבוירן שנת תקצ"ב, זיין טאטע איז געווען דער נצי"ב (נפתלי צבי יהודה בערלין) זצ"ל, זיין זיידע (מאמעס טאטע) איז געוועהן ר' יצחק (איצלע) וואלאזינער דער רב און ראש ישיבה אין וואלאזין.
תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין מאסקווא,
תרמ"ג איז געווארן רב און ביאלא פודולסק (פוילן),
תרמ"ט איז ער צוריק קיין וואלאזין ארויסהעלפן זיין טאטע מיט די ישיבה, דער נצי"ב וואס איז שוין געוועהן שוואך האט אים געוואלט ממנה זיין אלץ ר"י למעשה -צוליב א מחלוקה- איז ער נאר געווארן רב אין וואלאזין,
תרנ"ב ווען די רעגירונג האט פארשפארט ישיבת וואלאזין און אים פארשיקט פון דארט איז ער געווארן רב אין קאברין,
תרנ"ו איז ער געווארן רב אין ביעליסאוועטגראד,
תרס"ה האט ער עולה געוועהן קיין א"י און אויפגענומען געווארן אלץ סגן רב אין ירושלים אונטער ר' שמואל סאלאנט זצ"ל (נאכן אדר"ת),
תרס"ט ווען ר' שמואל סאלנט איז נסתלק געווארן איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ירושלים ווי ער האט געדינט 3 יאר ביז צו זיין פטירה
ער איז נסתלק געווארן י"ג תשרי תרע"ג אין עלטער פון 81 יאר.

ער איז געוועהן א גאון עצום ובקי בש"ס וראשונים בע"פ.

ער האט געשריבן אסאך חידושי תורה אבער כמעט אלעס איז פארלוירן געגאנגען אויפן שיף אויפן וועג קיין ארץ ישראל
לעצטנס האט איינער אין א"י צוזאמגענומען חידושי תורה פון אים און געדרוקט 4 דיקע בענדער מיטן נאמען נשמת חיים.

ער איז געוועהן א גרויסע ספרים זאמלער, ווי ער האט נאר געזעהן א ספר האט ער דאס אפגעקויפט, און ער האט טאקע פארמאגט א ריזיגן אוצר הספרים,
פאר זיין פטירה האט ער עס געגעבן פאר ישיבת עץ חיים אין ירושלים ווי ער איז געוועהן ראש ישיבה פון ווי לאחר פטירתו זענען זיך אלע ספרים צופלויגן לארבע כנפות..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 6:06 pm
דורך פונקטליך
אין קול ואין עונה..
העמיר גיין ווייטער בעז"ה
------------


הרב אליעזר זילבר ז"ל אב"ד סינסינעטי אהייאו
מלפנים בספרינגפיעלד מאסאטשוטשס


IMAG0050.jpg
IMAG0050.jpg (22.55 KiB) געזעהן געווארן 471 מאל

אליעזר זילבר
הרב לאַגדת הקהלות
ספרינגפיעלד, מאסס.
RABBI L SILVER




ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 8:47 pm
דורך אויפריכטיג
גארנישט אין קול ואין עונה.
מיר האבן שטארק הנאה. (אויב נויטיגט איר זיך אין כסדר'דיגע קאמפלימעטן אווי גראדער, דאן פארלאנגט דאס אפן...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 9:08 pm
דורך פונקטליך
כ'נויטיג מיך נישט אין קיין ספעציעלע שכח
כ'האב נאר נישט געוויסט צו איינער זעהט דאס בכלל

סיי ווי זוי, שכוח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 9:27 pm
דורך פונקטליך
א אלטע אשכול פון חתימות

חתימת יד קודש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 9:39 pm
דורך קרעמער
פונקטליך האט געשריבן:כ'נויטיג מיך נישט אין קיין ספעציעלע שכח
כ'האב נאר נישט געוויסט צו איינער זעהט דאס בכלל

סיי ווי זוי, שכוח

זעהסטו דען נישט אז ביי מיר איז נישטא קיין איין אראנדזשע אשכול?...

און ניין, איך דרוק נישט אויף "באצייכן בלא בלא בלא"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 11, 2010 9:55 pm
דורך פונקטליך
אז קרעמער איז דא איז שוין נאנאנדערע מעשה.
-------


כ'האב נאר געוואלט צולייגן צו דעם וואס איך האב אויבן דערמאנט אז הג"ר חיים בערלין ז"ל האט געגעבן זיין אוצר הספרים פאר ישיבת עץ חיים ירושלים ווי ער איז געוועהן ר"י


IMG_0007.JPG
IMG_0007.JPG (11.5 KiB) געזעהן געווארן 399 מאל

אוצר הספרים
שע"י ישיבת עץ חיים
ירושלים ת"ו




IMG_0026.JPG
IMG_0026.JPG (20 KiB) געזעהן געווארן 399 מאל

אוצר הספרים
של הגאון הצדיק
רבי חיים ברלין זצ"ל
שע"י
ישיבת עץ חיים ירושלים ת"ו

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 9:54 am
דורך מיללער
יי"שכ הרב פונקטליך

מיר האבן הנאה פון אייערע באשטייערונגען, נישט אלס איז שייך מגיב צו זיין מיט בלויז א יישר-כח בעת וואס א פארום איז א צוויי-וועג שטראז, דאס הייסט ונתנו פון ביידע וועגן, מ'איז מהנה ונהנה און דאס איז דער ייש"כ.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 1:31 pm
דורך פונקטליך
הרב מנחם הכהן ריזיקאוו ז"ל אב"ד ברוקלין

IMAG005..jpg
IMAG005..jpg (13.31 KiB) געזעהן געווארן 430 מאל

מנחם הכהן ריזיקאוו
רב ואב"ד
לאגודת הקהלות דברוקלין




תפארת מנחם
דברי מנחם
מתורת צבי יוסף
לקוטי דינים תורת הכהנים
פלגי שמן
שערי זבח
שערי רצון חלק א' חלק ב'
שו"ת שערי שמים (על ד' חלקות שו"ע) חלק א' חלק ב' חלק ג' חלק ד'
שערי שמים חלק ה' (על הרמב"ם)


Mnachem_Risikoff.JPG
Mnachem_Risikoff.JPG (9.27 KiB) געזעהן געווארן 430 מאל

risikov.jpg



ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז הרב מנחם זצ"ל האט געוואוינט אין (ניי?) וויליאמסבורג אום תרפ"ו אויף 48 Moore St, (וואלעבאוט נאך בראדדוועי ווערט moore st און 48 איז ממש דארט)

געטראפן נאך איבער אים, פון אונזערע ידידים דא

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 2:01 pm
דורך אברהם שלמה
א זהר פון שנת תקנא.
עס שטייט אויף דעם;
ע"ה
משה חי אג'יברי
ה"יו

SAM_0452.jpg

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 2:12 pm
דורך אברהם שלמה
אויף א שלחן ערוך יורה דעה דלמספרם 1861

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 12, 2010 3:20 pm
דורך פונקטליך
פונקטליך האט געשריבן:הרב מנחם הכהן ריזיקאוו ז"ל אב"ד ברוקלין


תפארת מנחם
דברי מנחם
מתורת צבי יוסף
לקוטי דינים תורת הכהנים
פלגי שמן
שערי זבח
שערי רצון חלק א' חלק ב'
שו"ת שערי שמים (על ד' חלקות שו"ע) חלק א' חלק ב' חלק ג' חלק ד'
שערי שמים חלק ה' (על הרמב"ם)


ער האט מחבר געוועהן (לכה"פ) נאך 2 ספרים וואס היברו בוקס האט נישט


"הכהנים והלויים"

"חסד ואמת"

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 13, 2010 6:41 pm
דורך זאמלער
א דאנק פאר הרב אברהם שלמה און הרב פונקטליך פאר אייערע ביישטייערונגען צום אינהאלטסרייכע אשכול
יעצט צו הרב פונקטליך אויב איר גערט אזוי אז מ'זאל מגיב זיין אויף אייערע תגובות מוזט איר געבן צייט פאר די באזיכער און נישט זיין אזוי איבעראייליג אונז האמיר אויך א גאנצע הויפען סחורה און אונזער ארכיווען וואס ווארטען ארויףצוגיין דא נאר, איינס אויף אמאל [אגב דער עולם מוז דאך מיטהאלטען מיט דער אונטערוויוס אויף קול מבשר...]

יעצט לאמיר גיין ווייטער ...
א חותם פון הרב אברהם ברוך סג"ל פראגער רב דפעטרעוואסעלי אויף'ן ערשטן בלאט פון א ראשית חכמה און ווי עס שיינט האט זיך עס געדרייט און ישיבה און די תלמידים האבען צו געשריבען, ווי אויך איז דא פארשידענע הגהות