בלאט 5 פון 121

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 12:08 pm
דורך זאמלער
איך האב עס אביסל קלארער געמאכט
חותם פון הרב מיכאל בערסאן פון טשעלסי. ווייסט איינער מער איבער דעם רב. ווי עס שיינט האט ער פארמאגט א גרויסע אוצר הספרים

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 12:24 pm
דורך אויפריכטיג
מיללער וועט זיכער וויסן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 12:27 pm
דורך פונקטליך
נפטר געווארן שב"ק י"ז שבט תשכ"ז אין עלטער פון 83
ער ליגט אין ירושלים עיה"ק

געוועהן רב אין באסטן אויך

געוועהן דער נשיא פון אגודת השוחטים אין יענע געגנט

נאך איבער אים

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:49 pm
דורך זאמלער
יישר כח הרב פונקטליך
נאך 1 פון טשעלסי הרב יצחק אליעזר בענקאוויטש

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:52 pm
דורך פונקטליך
זאמלער האסט מיך אויסגעכאפט!
דאס האב איך יעצט געוואלט לייגן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:52 pm
דורך פונקטליך
הרה"ג ר' יצחק אליעזר בענקאוויטש ז"ל

מלפנים רב בכמה עיירות ברוסיא

זקן ושבע ימים
נפטר בגיל 109 ביום א' י"א אייר תשכ"ג


מציבתו

רב בענקאוויטש.jpg

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:10 pm
דורך אויפריכטיג
פונקטליך האט געשריבן:זאמלער האסט מיך אויסגעכאפט!
דאס האב איך יעצט געוואלט לייגן


גיבט ביידע שנעל ארויס פון וואו איר נעמט די סחורה!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:11 pm
דורך פונקטליך
נעקסט





IMG_0089.JPG

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:41 pm
דורך זאמלער
אויפריכטיג האט געשריבן:
פונקטליך האט געשריבן:זאמלער האסט מיך אויסגעכאפט!
דאס האב איך יעצט געוואלט לייגן


גיבט ביידע שנעל ארויס פון וואו איר נעמט די סחורה!

וואס טוט זיך מיט גילו?

ווייטער

תקנה למחמירים שלא לילך ד' אמות בלי נטילת ידים
א המצאה פון א שו''ב.ליינט און האט הנאה

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:59 pm
דורך בןהרחמן
אברהם שו"ב מעיר קולוש (או הולוש?) הסמוך ליאססע

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 4:04 pm
דורך ליפשיץ
מי נתן מעות מי שנתן מעות נתן / מעות ה"ה האברך הוותיק אברהם שו"ב

... שאסרו חכמינו ז"ל לכתוב על הספר אבל משום סימן מותר מפני / שיש אנשים שקונים ספרים בלא מעות רק בחמשה אצבעות ואינן הולכים ד' אמות / בלא נט"י לכן חתמתי את שמי זה הספר שייך להרבני / המופלא ומופלג ... אברהם שו"ב וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 4:45 pm
דורך פונקטליך
ליפשיץ
ס'זעהט זיך אן מומחיות אויף דיר
פיין אויסגעליינט.

דאס איז א הערליך ווארט!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 5:01 pm
דורך סאדע_באטל
ער שרייבט אויך זיך הרבני המופלא והמופלג ???

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 5:28 pm
דורך אברהם שלמה
קען איינער אויסליינען די אינטערשריפט אדער די לאטיין ווערטער?
עס איז געווען אין א אבארבנל על התורה - 5339

scan0001.jpg

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 5:31 pm
דורך אברהם שלמה
-

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 6:26 pm
דורך בןהרחמן
ליפשיץ האט געשריבן:מי נתן מעות מי שנתן מעות נתן / מעות ה"ה האברך הוותיק אברהם שו"ב

... שאסרו חכמינו ז"ל לכתוב על הספר אבל משום סימן מותר מפני / שיש אנשים שקונים ספרים בלא מעות רק בחמשה אצבעות ואינן הולכים ד' אמות / בלא נט"י לכן חתמתי את שמי זה הספר שייך להרבני / המופלא ומופלג ... אברהם שו"ב וכו'

[אף] על פי שאסרו וכו'
המופלא ומופלג מו"ה אברהם שו"ב מעיר הנ"ל הסמוכה ליאססע

אונטער דעם איז דא א חתימה צו רעכטס (מיט די גרויסע רינגען) וואס ליינט זיך
הק' ליב פרידמאנן

צו לינקס איז דא די חתימה וואס איך האב אויבן מעתיק געווען, וואס דאס קוקט אויס ווי די חתימה פון דעם אברהם שו"ב אליין,

ווידער די גאנצע אנדערע שטיקל מיט די טיטלען איז נישט לכאורה זיין אייגענע לשון נאר פון דעם וואס חתמ'ט זיך דארט ליב פרידמאנן, ומיושב התמיה של סאדע באטל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 16, 2010 10:50 pm
דורך אברהם שלמה
אברהם שלמה האט געשריבן:א זהר פון שנת תקנא.
עס שטייט אויף דעם;
ע"ה
משה חי אג'יברי
ה"יו

SAM_0452.jpg

וויסט איינער וואס דאס מיינט?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 8:11 am
דורך פונקטליך
וואס מיינסטו צו פרעגן אברהם שלמה?
וואס די 'ע"ה' מיינט?
-------

חברה ש"ס דקהל היראים בודאפעסט


IMG_0085.JPG

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 8:12 am
דורך זאמלער
תעלומה ומי פותר לה

דער זיגעל ליינט זיך
"הרב המורה הוראה דבריסק שעדלעץ"

האט ער געהייסן הרב "שעדלעץ" און געווען רב אין בריסק
צו האט ער געוואוינט אין שעדלעץ און געווען רב אין "בריסקע" שטיבל, צו פארקערט "שעדלעצע" שטיבל אין בריסק [אדער גאר א שטייגער ווי היינט סערעט-וויזניץ, וויזניץ-מאנסי, פאפא-ב.פ. וכדו']
אדער איז דאס צוויי נאנטע שטעט (א זאך וואס איך מיין אז נישט).
הקיצור – ווער קען עפעס ארויסקריכן

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 8:16 am
דורך זאמלער
אברהם שלמה האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:א זהר פון שנת תקנא.
עס שטייט אויף דעם;
ע"ה
משה חי אג'יברי
ה"יו

SAM_0452.jpg

וויסט איינער וואס דאס מיינט?


אויב די שאלה איז וואס "ע"ה" מיינט, איז דער אנטווארט: ע'בד ה' (א גאר אנגענומענע נוסח ביי ספרדישע אונטערשריפטן)
אויב די שאלה איז עפעס אנדערש, ביטע זייט אייך מסביר

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 8:29 am
דורך פונקטליך
זאמלער האט געשריבן:תעלומה ומי פותר לה

דער זיגעל ליינט זיך
"הרב המורה הוראה דבריסק שעדלעץ"

האט ער געהייסן הרב "שעדלעץ" און געווען רב אין בריסק
צו האט ער געוואוינט אין שעדלעץ און געווען רב אין "בריסקע" שטיבל, צו פארקערט "שעדלעצע" שטיבל אין בריסק [אדער גאר א שטייגער ווי היינט סערעט-וויזניץ, וויזניץ-מאנסי, פאפא-ב.פ. וכדו']
אדער איז דאס צוויי נאנטע שטעט (א זאך וואס איך מיין אז נישט).
הקיצור – ווער קען עפעס ארויסקריכן

צווישן בריסק און שעדליץ איז בערך 60 מייל, מיט א גרעניץ אינדערמיט, איך גלייב נישט אז בימים ההם האט דאס געהייסן נאנט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 9:31 am
דורך אברהם שלמה
זאמלער האט געשריבן:אויב די שאלה איז וואס "ע"ה" מיינט, איז דער אנטווארט: ע'בד ה' (א גאר אנגענומענע נוסח ביי ספרדישע אונטערשריפטן)
אויב די שאלה איז עפעס אנדערש, ביטע זייט אייך מסביר


אט דאס איז געווען מיין שאלה. יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 11:02 am
דורך פונקטליך
מי הוא זה?


IMG_0025.JPG

יצחק ....... דיין ......

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 12:31 pm
דורך זאמלער




זה הספר שייך לאד'מ ה''ה הרב המופלא
והמופלג החריף ובקי בכול סודות
התורה החריף והשנון קנקן חדש מלא
ישן כקש''ת מו''ה משה ליב. ?.....
בהרב המנוח מו''ה?.......
ולראי' באתי בחתימתי
הק' יהודא ליב בן לאאמו''ר
משה יצ''ו מליעסלא
היום יום ד' ל''ח לעומר
בשנת יגאל ישראל לפ''ק


האם תוכלו למלא החסרות ולהכיר מי המשלח ומי המקבל

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 17, 2010 3:23 pm
דורך אברהם שלמה
איך האב דאס היינט געטראפן אין א אלטע ספר.
איז דא א מקור פאר דעם, אדער איז עס סתם קינדער שפיל?

בןהרחמן, איך האב ארוף געלייגט א קלארערע בילד.download/file.php?id=23762&mode=view