חתימות הקדשות הערות והגהות אין אלטע ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 5:08 pm

כהאב געטראפען א חתימה אויף א ספר וואס איז געשיקט געווארען צו הרב מרדכי לעבאוויטש ראש ועד הרבנים דמדינתינו פון הק' דוד...?הרב ד...? טאב יצ"ו
ווארשיינליך איז דאס דער מרדכי לעבאוויטש בן ר' שמעון לעבאוויטש ראב''ד פרעשבורג וואס בן הרחמן האט געשריבן וועגען עם און אשכול פון ר' משה יהודה לעבאוויטש פון זענטא אפשר קען איינער ארויסהעלפן פון וועלכע טאבע רב האנדעלט זיך דא??
צוגעלייגטע
IMG_0673.JPG
לעצט פאראכטן דורך זאמלער אום מאנטאג נובעמבער 01, 2010 7:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג נובעמבער 01, 2010 5:13 pm

לכאורה הה"ג ר' דוד גראס אב"ד טאב מח"ס זהב שבא

http://www.hebrewbooks.org/21560
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:30 pm

יישר כח יהיה כן

ר' נחום בער'ניו מסאדיגורא זצ"ל האט געהאט א גרויסע ביבליאטעק מיט צענדליגע טויזענטע ספרים, אויף זיינע ספרים האט ער געהאט פאשידענע מיני זיגלעך, אויף אסאך "ירושת אבותי" – דאס איז די גרעסטע חשיבות און מערסטע ווערד, אנדערע איז געשטאנען "קנין כספי", זעט דא אויף דעם ספר "תורה אור" ווי ער שרייבט "קנין כספי נחום דובער פרידמאן" ווי אויך זיין זיגעל
צוגעלייגטע
IMG_1062.JPG

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג נובעמבער 07, 2010 10:23 pm

הקדשות בספרים, עיריית תל אביב - יפו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:26 pm

די בילד איז נישט קלאר
a.JPG
a.JPG (9.74 KiB) געזעהן 1644 מאל

גם
אני לא אמנע את פרי עטי שזה
הספר ערוגת הבשם שייך להאלוף
הקצין הנדיב התרני והרבני מו"ה
נתן קרעמזיר ני"ו
ולבע"ה יום ב פ' תולדות תקע"ה
לפ"ק
הק' ישראל דייטש מק"ק צילץ
יע"א



דאס איז אין ספר ערוגת הבשם פון ר' שמואל ארקוולטי זצ"ל
נדפס בשנת ת"צ


איז די נאמען ישראל דייטש פון צילץ עפעס באקאנט?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 11:29 am

אפשר איז דאס ר' ישראל דייטש ז"ל במח"ס זרע ישראל

yisrul dutch.jpg


ער האט געלעבט אנפאנג ת"ר (איך זעה א דרשה תר"ד) און געוואוינט אין 'שלעזיע' געגנט (דרום מערב פוילן) און די שטאט 'צילץ' איז אויך אין 'שלעזיע'

ס'קען זיין?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 3:38 pm

איך האב דערווייל געזוכט איבער דעם מקבל ר' נתן קרעמזיר, און געטראפן אז ער האט געוואונט אין ברעסלויא ווי ער איז געווען פון די 'מופלגי העיר' און א תלמיד פון ר' יצחק דוקלא אב"ד פרעשבורג.

די מקור איז אין א אינטערעסאנטער ספר ברכת משה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 53&hilite=

אז מ'האט צייט ברויך מען דארט אפירזוכען אסאך אינטערעסאנטע ענינים, ווען ער דערציילט אסאך ענינים פרטיים פון אנשי השם בימים ההם.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:33 pm

ישר כח הרב מיללער

איך האב דאס אויך היינט אינדערפרי געטראפן אבער כ'האב עפעס נישט געקענט זעצן געהעריג די ווערטער

ס'דאכצעך מיר אז דער ברכת משה רעדט דארט פון א שטאט קרעמזיר, ווייל ער שרייבט דערנאך 'יצ"ו'

געב עס א קוק איבער, די לשון איז עפעס אינטרעסאנט
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 10:48 am

פונקטליך האט געשריבן:ישר כח הרב מיללער

איך האב דאס אויך היינט אינדערפרי געטראפן אבער כ'האב עפעס נישט געקענט זעצן געהעריג די ווערטער

ס'דאכצעך מיר אז דער ברכת משה רעדט דארט פון א שטאט קרעמזיר, ווייל ער שרייבט דערנאך 'יצ"ו'

געב עס א קוק איבער, די לשון איז עפעס אינטרעסאנט



אין יענער יארען פלעגט מען רופען מענטשן ע"ש די שטאט פון וואנעט זיי האבן געשטאמט, נעם לדוגמא דער מחבר פונעם 'ברכת משה' הנ"ל ער האט געהייסן ר' משה קערנער און געקומען פון זלאטווי (?) וועסטו זעהן איז אין די הסכמות באציען זיך רוב מסכימים צו אים אלס משה זלאטווי, דער ר' נתן קרעמזיר איז בפשטות געווען פון א שטאט קרעמזא און דאס איז דער יצ"ו

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 11:08 am

גערעכט מיללער
ס'קוקט טאקע אזוי אויס ווייל ווי געזאגט שטימט נישט אנדערש דאס זעצן די ווערטער.

נאך אינפארמאציע שאדט נישט
שכוח
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 11:11 am

חתימת הג"ר חיים בערלין ז"ל

IMG_0027.JPG
IMG_0027.JPG (14.86 KiB) געזעהן 1484 מאל

חיים בערלין
בהגאון אדמו"ר הנצי"ב זצ"ל

מלפנים רב במאסקווא ואב"ד ור"מ
בוואלאזין וכעת בירושלים עיה"ק ת"ו


(אינמיטן)
OBER RABINER
CH BERLIN
לעצט פאראכטן דורך פונקטליך אום זונטאג נובעמבער 14, 2010 9:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 12:01 pm

אז מ'רעדט שוין ברענג איך א בילד

הג"ר חיים ברלין ז"ל
Ch Berlin.jpg
Ch Berlin.jpg (1.57 KiB) געזעהן 1574 מאל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 5:15 pm

הגאון ר' חיים בערלין זצ"ל איז געבוירן שנת תקצ"ב, זיין טאטע איז געווען דער נצי"ב (נפתלי צבי יהודה בערלין) זצ"ל, זיין זיידע (מאמעס טאטע) איז געוועהן ר' יצחק (איצלע) וואלאזינער דער רב און ראש ישיבה אין וואלאזין.
תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין מאסקווא,
תרמ"ג איז געווארן רב און ביאלא פודולסק (פוילן),
תרמ"ט איז ער צוריק קיין וואלאזין ארויסהעלפן זיין טאטע מיט די ישיבה, דער נצי"ב וואס איז שוין געוועהן שוואך האט אים געוואלט ממנה זיין אלץ ר"י למעשה -צוליב א מחלוקה- איז ער נאר געווארן רב אין וואלאזין,
תרנ"ב ווען די רעגירונג האט פארשפארט ישיבת וואלאזין און אים פארשיקט פון דארט איז ער געווארן רב אין קאברין,
תרנ"ו איז ער געווארן רב אין ביעליסאוועטגראד,
תרס"ה האט ער עולה געוועהן קיין א"י און אויפגענומען געווארן אלץ סגן רב אין ירושלים אונטער ר' שמואל סאלאנט זצ"ל (נאכן אדר"ת),
תרס"ט ווען ר' שמואל סאלנט איז נסתלק געווארן איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ירושלים ווי ער האט געדינט 3 יאר ביז צו זיין פטירה
ער איז נסתלק געווארן י"ג תשרי תרע"ג אין עלטער פון 81 יאר.

ער איז געוועהן א גאון עצום ובקי בש"ס וראשונים בע"פ.

ער האט געשריבן אסאך חידושי תורה אבער כמעט אלעס איז פארלוירן געגאנגען אויפן שיף אויפן וועג קיין ארץ ישראל
לעצטנס האט איינער אין א"י צוזאמגענומען חידושי תורה פון אים און געדרוקט 4 דיקע בענדער מיטן נאמען נשמת חיים.

ער איז געוועהן א גרויסע ספרים זאמלער, ווי ער האט נאר געזעהן א ספר האט ער דאס אפגעקויפט, און ער האט טאקע פארמאגט א ריזיגן אוצר הספרים,
פאר זיין פטירה האט ער עס געגעבן פאר ישיבת עץ חיים אין ירושלים ווי ער איז געוועהן ראש ישיבה פון ווי לאחר פטירתו זענען זיך אלע ספרים צופלויגן לארבע כנפות..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 6:06 pm

אין קול ואין עונה..
העמיר גיין ווייטער בעז"ה
------------


הרב אליעזר זילבר ז"ל אב"ד סינסינעטי אהייאו
מלפנים בספרינגפיעלד מאסאטשוטשס


IMAG0050.jpg
IMAG0050.jpg (22.55 KiB) געזעהן 1556 מאל

אליעזר זילבר
הרב לאַגדת הקהלות
ספרינגפיעלד, מאסס.
RABBI L SILVER




ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 8:47 pm

גארנישט אין קול ואין עונה.
מיר האבן שטארק הנאה. (אויב נויטיגט איר זיך אין כסדר'דיגע קאמפלימעטן אווי גראדער, דאן פארלאנגט דאס אפן...)

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:08 pm

כ'נויטיג מיך נישט אין קיין ספעציעלע שכח
כ'האב נאר נישט געוויסט צו איינער זעהט דאס בכלל

סיי ווי זוי, שכוח
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:27 pm

א אלטע אשכול פון חתימות

חתימת יד קודש
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:39 pm

פונקטליך האט געשריבן:כ'נויטיג מיך נישט אין קיין ספעציעלע שכח
כ'האב נאר נישט געוויסט צו איינער זעהט דאס בכלל

סיי ווי זוי, שכוח

זעהסטו דען נישט אז ביי מיר איז נישטא קיין איין אראנדזשע אשכול?...

און ניין, איך דרוק נישט אויף "באצייכן בלא בלא בלא"

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:55 pm

אז קרעמער איז דא איז שוין נאנאנדערע מעשה.
-------


כ'האב נאר געוואלט צולייגן צו דעם וואס איך האב אויבן דערמאנט אז הג"ר חיים בערלין ז"ל האט געגעבן זיין אוצר הספרים פאר ישיבת עץ חיים ירושלים ווי ער איז געוועהן ר"י


IMG_0007.JPG
IMG_0007.JPG (11.5 KiB) געזעהן 1484 מאל

אוצר הספרים
שע"י ישיבת עץ חיים
ירושלים ת"ו




IMG_0026.JPG
IMG_0026.JPG (20 KiB) געזעהן 1484 מאל

אוצר הספרים
של הגאון הצדיק
רבי חיים ברלין זצ"ל
שע"י
ישיבת עץ חיים ירושלים ת"ו
לעצט פאראכטן דורך פונקטליך אום זונטאג נובעמבער 14, 2010 9:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:54 am

יי"שכ הרב פונקטליך

מיר האבן הנאה פון אייערע באשטייערונגען, נישט אלס איז שייך מגיב צו זיין מיט בלויז א יישר-כח בעת וואס א פארום איז א צוויי-וועג שטראז, דאס הייסט ונתנו פון ביידע וועגן, מ'איז מהנה ונהנה און דאס איז דער ייש"כ.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 1:31 pm

הרב מנחם הכהן ריזיקאוו ז"ל אב"ד ברוקלין

IMAG005..jpg
IMAG005..jpg (13.31 KiB) געזעהן 1515 מאל

מנחם הכהן ריזיקאוו
רב ואב"ד
לאגודת הקהלות דברוקלין




תפארת מנחם
דברי מנחם
מתורת צבי יוסף
לקוטי דינים תורת הכהנים
פלגי שמן
שערי זבח
שערי רצון חלק א' חלק ב'
שו"ת שערי שמים (על ד' חלקות שו"ע) חלק א' חלק ב' חלק ג' חלק ד'
שערי שמים חלק ה' (על הרמב"ם)


Mnachem_Risikoff.JPG
Mnachem_Risikoff.JPG (9.27 KiB) געזעהן 1515 מאל

risikov.jpg



ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז הרב מנחם זצ"ל האט געוואוינט אין (ניי?) וויליאמסבורג אום תרפ"ו אויף 48 Moore St, (וואלעבאוט נאך בראדדוועי ווערט moore st און 48 איז ממש דארט)

געטראפן נאך איבער אים, פון אונזערע ידידים דא
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 2:01 pm

א זהר פון שנת תקנא.
עס שטייט אויף דעם;
ע"ה
משה חי אג'יברי
ה"יו

SAM_0452.jpg

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 2:12 pm

אויף א שלחן ערוך יורה דעה דלמספרם 1861
צוגעלייגטע
SAM_0454.jpg

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 3:20 pm

פונקטליך האט געשריבן:הרב מנחם הכהן ריזיקאוו ז"ל אב"ד ברוקלין


תפארת מנחם
דברי מנחם
מתורת צבי יוסף
לקוטי דינים תורת הכהנים
פלגי שמן
שערי זבח
שערי רצון חלק א' חלק ב'
שו"ת שערי שמים (על ד' חלקות שו"ע) חלק א' חלק ב' חלק ג' חלק ד'
שערי שמים חלק ה' (על הרמב"ם)


ער האט מחבר געוועהן (לכה"פ) נאך 2 ספרים וואס היברו בוקס האט נישט


"הכהנים והלויים"

"חסד ואמת"
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מוצ"ש נובעמבער 13, 2010 6:41 pm

א דאנק פאר הרב אברהם שלמה און הרב פונקטליך פאר אייערע ביישטייערונגען צום אינהאלטסרייכע אשכול
יעצט צו הרב פונקטליך אויב איר גערט אזוי אז מ'זאל מגיב זיין אויף אייערע תגובות מוזט איר געבן צייט פאר די באזיכער און נישט זיין אזוי איבעראייליג אונז האמיר אויך א גאנצע הויפען סחורה און אונזער ארכיווען וואס ווארטען ארויףצוגיין דא נאר, איינס אויף אמאל [אגב דער עולם מוז דאך מיטהאלטען מיט דער אונטערוויוס אויף קול מבשר...]

יעצט לאמיר גיין ווייטער ...
א חותם פון הרב אברהם ברוך סג"ל פראגער רב דפעטרעוואסעלי אויף'ן ערשטן בלאט פון א ראשית חכמה און ווי עס שיינט האט זיך עס געדרייט און ישיבה און די תלמידים האבען צו געשריבען, ווי אויך איז דא פארשידענע הגהות
צוגעלייגטע
IMG_1117.JPG


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט