בלאט 1 פון 1

ספר בשמים ראש - כסא דהרסנא ומחברן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 5:51 am
דורך איטשע
אחים ורעים שלום רב

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען, דורכצוטוען אביסל דעם קאלירפולער גאון ר' שאול ברלין, וואס פון איין זייט, איז ער געווען א וועלט'ס גאון, זיין פירוש כסא דהרסנא אויף ([זיין]) ספר בשמים ראש, איז אויסערגעווענטליך, מצד השני, האט ער זיך שטארק פארפאטשקעט, מיט זיין ס' מצפה יקתאל. וואס אדאנק דעם האט מען עם געלייגט אין חרם, און ער איז אנטלאפן קיין לונדון, וי ער ליגט באגראבן באזונדער.

זיין טאטע איז געווען הגאון ר' הירש ברלין, אייניקלעך פון הג"ר ליב אבד"ק אמשטרדאם חתן החכם צבי ונכד הרבי ר' העשיל.

זיין קאנטראווערסיאנעלע פערזענליכקייט, האט גורם געווען אז טייל האבן געהאלטן פאר א משכיל, עס ווענד זיך מיט וועם מען רעדט, איינער קען אראפלייגן ווי אן אומשולדיגן, און טייל קענען אראפלייגען מיט טונקעלע קאלירן.

וואס קען דער עולם דא צולייגען...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 27, 2010 9:04 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 5:53 pm
דורך אמשטרדם
איטשע האט געשריבן:אחים ורעים שלום רב


זיין טאטע איז געווען הגאון ר' הירש ברלין, אייניקלעך פון הג"ר ליב אבד"ק אמשטרדאם חתן החכם צבי ונכד הרבי ר' העשיל.

...


הג''ר שאול בן הג''ר ר' צבי הירש לעוונשטאם זצ''ל אב''ד לונדון ובערלין, אחי הג''ר שאול לעוונשטאם אב''ד אמשטרדם בעל בנין אריאל, בני הג''ר ארי' לייב (נישט אייניקלעך) אב''ד אמ''ד, בן הג''ר שאול אב''ד קראקא בן הג''ר העשיל אב''ד קראקא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 25, 2011 10:13 am
דורך רבבה
אויב ווילסטו וויסען אביסעל וועגען איהם נישט סתם מעשיות נאר קארעקעט זעה אין כתבי הגאונים להרב צבי הערש הורוויץ אב''ד דרעזין

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 1:18 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
לענ"ד, די קראנטסטע מיינונג איבער שאול ברלין איז און תולדות ספרות בישראל באנד ה'

אגב, זיין טאטע הג"ר צבי הירש ברלין איז לעומת זה געווען א שארפע שונא פאר די גאנצע מענלזאהן באוועגונג, על אף וואס אין בערלין בימים ההם, האט מענדלזאהן געהאט א גוטע נאמען כלפי די אנדערע דארט, ווי וויזל וסייעתו, זיי האבען אים נאך אפילו דערקוטשעט איבער זיין פרומקייט, אפילו דער יעב"ץ האט געהאט גוטע באציאונגען מיט רמ"ד, אין א תשובה אין שאילת יעבץ צו רמ"ד הייבט ער אן מיט א מליצה "למשכיל שיר ידידות", נאר סוף ימיו האט ער זיך צוקריגט מיט אים בנוגע די שאלה פון הלנת מתים אין וויען, ווען דער יעב"ץ האט געבעטן מענלזאהן פאר שתדלנות, און ער האט אנשטאט, צוריקגעשיקט א בירור להלכה צו מינומיזירן חומר הענין, נאר זעהט אויס אז מהר"ץ ברלין האט, זייענדיג מהקרובים אל החלל, קלארער געזען פון פריער דאס וואס שפעטער האבן געהאלטן כמעט אלע גדולי ישראל.

אין אלף כתב ברענגט ער א מעשה אז פאר איינעם איז אונטערגעקומען א יבמה וואס דער מאן (ד"ה דער ברודער פונעם יבם) איז געווען פון תלמידי רמ"ד און ער האט געוואלט מייבם זיין, נישט חולץ זיין, האט ר' הירש נישט געלאזט, ער האט געזאגט אז א תלמיד פון מבמ"ן איז חשוד אויף פריצות בג"ע, איז קען זיין אז ער האט ערגעץ ווי א פסול'ן קינד, און וויבאלד די הלכה איז אז עיין עליו בין כשר ובין פסול, איז דא א חשש איסור כרת פון אשת אח שלא במקום מצוה, די מעשה זעהט אויס קראנט ווייל דער מהר"ץ חיות אין זיינע הגהות (כ"ב ע"ב) ברענגט ער דעם טעם בשם הגאון מהר"צ הנ"ל, אן די מעשה, נאר בכלל פארוואס איז מען כהיום חולץ במקום יבום, וועגן בזמן האחרון דלא אכשר דרא וכו' וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 2:20 pm
דורך יגעתי ומצאתי
מגיד, איר זעהט אויס אביסל צומישט.

רצ"ה איז נישט געווען א שארפע מתנגד פון מענדלסאהן, ער האט געגעבן א הסכמה צום ביאור און זיי האבן זיך מער ווייניגער פארשטאנען. מיט וויזל האט ער יא געפירט א קאמף (וויזל האט מער אפן גערעדט פון שינוים ווי מענדלסאהן), פארשטייט זיך אז עס נעמט נישט אוועק קיין משהו פון רצ"ה'ס גרויסקייט.

מענדלסאהן האט געהאט א קנאפע שייכות מיטן יעב"ץ, זיי האבן זיך בלויז געשריבן, אנגעהויבן דורך די אויבנדערמאנטע מעשה פון הלנת המת. אגב, וואלט מיר אינטערעסאנט געווען אויב איר קענט צוברענגען א מ"מ אין שאילת יעב"ץ א תשובה צו מענדעלסאהן, לפי ידיעתי איז די אלע בריוון געדרוקט געווארן בלויז דורך די משכילים.
קוק דא viewtopic.php?p=414851#p414851

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 3:46 pm
דורך SPUSMN
לפי ידיעתי איז מענדלסאהן געווען א תלמיד פון יעב"ץ. ער האט אים נישט געוואלט געבען סמיכה ווייל ער איז נאך א בחור. א צוויי דריי בריוו פון יעב"ץ צו אים איז געווען געדרוקט און עפעס א קובץ בערך שנת תש"ז און דארטען רופט ער אים אן תלמידי. אזוי געדענק איך

רבי שאול בערלין איז געווען א ברידער פוו הגאון רבי שלמה בערלין זצ"ל רב הראשי פון ענגלאנד
http://en.wikipedia.org/wiki/Solomon_Hirschell
http://en.wikipedia.org/wiki/Saul_Berlin
http://en.wikipedia.org/wiki/Hirschel_Levin

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%99%D7%9F
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7% ... 7%99%D7%9F

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 4:07 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
לכבוד הגאון האלוף וכו' הר"ר יגעתי ומצאתי, שלום.

צומישט ?! חלילה !!

אודות מלחמת הר"ר צה"ב נגד רמ"ד קוק תולדות הספרות בישראל באנד ה', חסידות והשכלה.

די תשובה פון יעב"ץ איז ח"ב סי' קנ"ה.


Spusmn


אז ער איז געווען א תלמיד פונעם יעב"ץ, ווייס איך נאר פון די א.ד. תשובה, אין די שאלה שרייבט זיך מבמ"ן אלס א תלמיד, אבער אין תשובה שרייבט יעב"ץ גאר שיינע טיטול'ן אבער נישט תלמידי.

די מעשה וועגן סמיכה איז געווען מיט ר"ר יונתן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 4:13 pm
דורך SPUSMN
מגיד, מיר דאכט זיך אז און די בריוו וואס איך האב אמאל געזעהן זאגט ער אים פארוואס ער וויל אים נישט געבען סמיכה, ער מוסר'ט אים א ביסעל אויס. קען זיין אז דער קובץ שרייבט אז ער איז א תלמיד און איך האב עס שוין אריין געליינט אונעם בריוו. אפשר האב איך עס געזעהן און "רשימות"? ו

איך האב יעצט אריינגעקלערט, אפשר פארטויש איך דער יעב"ץ מיט דער ר"ר יונתן

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 4:35 pm
דורך יגעתי ומצאתי
מגיד שליט"א.

א גרויסע שכוח פארן מראה מקום. דו ווייסט אויב דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי די עמדין שרייבט זיך מיט רמ"ד אין "זיינע" ספרים? (די אנדערע זענען נישט אזוי מוסמך כאשר כתבתי בתגובה שציינתי לעיל).

די לשון אדמו"ר און תלמידו איז נישט קיין גרויסע ראי' ווייל עס קען זיין אז עס איז מחמת דרך ארץ, אבער א שטארקע הערה און מקום לעיין איז דאס זיכער.

די בריוו איז אנהייב תק"ל, פון דעם זעה איך אז זיי האבן זיך שוין געשריבן נאך פאר די מעשה מיט די הלנת המתים וואס איז געווען בשנת תק"ל. א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט.

לגבי רצ"ה, וועל מיר מעיין זיין נאכאמאל בל"נ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 5:01 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
די פרשה האט זיך הערשט אנגעהויבן 1772 עיין http://he.wikipedia.org/wiki/%d7%9e%d7% ... 7%95%d7%9f

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 9:57 pm
דורך ים רויבער
א גרויסען ש'כח פאר אלע מגיבים דא, א זייטיגע בקשה פאר אלע היסטאריקער אין שרייבער אין דעם "זכור ימות עולם" אשכול, ווען איר שרייבט בתוך הדברים איבער א פרשה, שערורייה, היסטארישע געשעהניש, א שטייגער ווי "הלנת מתים" אינעם דאזיגען אשכול איבערהויפט ווען ס'נישט אזוי באקאנט, ביטע לייגט צו אין קורצע ווערטער פון וואס די רעדע איז אין אויב מ'רעדט שוין דערפון אויף אונזער וועלט קען מען לייגן א לינק אדער כאטש א לינק צו וויקיפדיה
נאכאמאל איך פארשטיי אז קיינער באקומט דא נישט באצאלט אבער ס'ממש א שאד אז ס'זאל נישט זיין א דבר השלם

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:12 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
ים רויבער !!


הייב אויף די אויגן, איין תגובה ארויף האב איך געברענגט א לינק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:42 pm
דורך ים רויבער
ש'כח, ועל הכלל כולו יצא

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 2:14 pm
דורך יגעתי ומצאתי
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:די פרשה האט זיך הערשט אנגעהויבן 1772

הנני מודה על האמת.