ספר בשמים ראש - כסא דהרסנא ומחברן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

ספר בשמים ראש - כסא דהרסנא ומחברן

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אוגוסט 27, 2010 6:51 am

אחים ורעים שלום רב

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען, דורכצוטוען אביסל דעם קאלירפולער גאון ר' שאול ברלין, וואס פון איין זייט, איז ער געווען א וועלט'ס גאון, זיין פירוש כסא דהרסנא אויף ([זיין]) ספר בשמים ראש, איז אויסערגעווענטליך, מצד השני, האט ער זיך שטארק פארפאטשקעט, מיט זיין ס' מצפה יקתאל. וואס אדאנק דעם האט מען עם געלייגט אין חרם, און ער איז אנטלאפן קיין לונדון, וי ער ליגט באגראבן באזונדער.

זיין טאטע איז געווען הגאון ר' הירש ברלין, אייניקלעך פון הג"ר ליב אבד"ק אמשטרדאם חתן החכם צבי ונכד הרבי ר' העשיל.

זיין קאנטראווערסיאנעלע פערזענליכקייט, האט גורם געווען אז טייל האבן געהאלטן פאר א משכיל, עס ווענד זיך מיט וועם מען רעדט, איינער קען אראפלייגן ווי אן אומשולדיגן, און טייל קענען אראפלייגען מיט טונקעלע קאלירן.

וואס קען דער עולם דא צולייגען...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 27, 2010 10:04 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » דינסטאג מאי 24, 2011 6:53 pm

איטשע האט געשריבן:אחים ורעים שלום רב


זיין טאטע איז געווען הגאון ר' הירש ברלין, אייניקלעך פון הג"ר ליב אבד"ק אמשטרדאם חתן החכם צבי ונכד הרבי ר' העשיל.

...


הג''ר שאול בן הג''ר ר' צבי הירש לעוונשטאם זצ''ל אב''ד לונדון ובערלין, אחי הג''ר שאול לעוונשטאם אב''ד אמשטרדם בעל בנין אריאל, בני הג''ר ארי' לייב (נישט אייניקלעך) אב''ד אמ''ד, בן הג''ר שאול אב''ד קראקא בן הג''ר העשיל אב''ד קראקא.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מיטוואך מאי 25, 2011 11:13 am

אויב ווילסטו וויסען אביסעל וועגען איהם נישט סתם מעשיות נאר קארעקעט זעה אין כתבי הגאונים להרב צבי הערש הורוויץ אב''ד דרעזין

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג יולי 25, 2011 2:18 pm

לענ"ד, די קראנטסטע מיינונג איבער שאול ברלין איז און תולדות ספרות בישראל באנד ה'

אגב, זיין טאטע הג"ר צבי הירש ברלין איז לעומת זה געווען א שארפע שונא פאר די גאנצע מענלזאהן באוועגונג, על אף וואס אין בערלין בימים ההם, האט מענדלזאהן געהאט א גוטע נאמען כלפי די אנדערע דארט, ווי וויזל וסייעתו, זיי האבען אים נאך אפילו דערקוטשעט איבער זיין פרומקייט, אפילו דער יעב"ץ האט געהאט גוטע באציאונגען מיט רמ"ד, אין א תשובה אין שאילת יעבץ צו רמ"ד הייבט ער אן מיט א מליצה "למשכיל שיר ידידות", נאר סוף ימיו האט ער זיך צוקריגט מיט אים בנוגע די שאלה פון הלנת מתים אין וויען, ווען דער יעב"ץ האט געבעטן מענלזאהן פאר שתדלנות, און ער האט אנשטאט, צוריקגעשיקט א בירור להלכה צו מינומיזירן חומר הענין, נאר זעהט אויס אז מהר"ץ ברלין האט, זייענדיג מהקרובים אל החלל, קלארער געזען פון פריער דאס וואס שפעטער האבן געהאלטן כמעט אלע גדולי ישראל.

אין אלף כתב ברענגט ער א מעשה אז פאר איינעם איז אונטערגעקומען א יבמה וואס דער מאן (ד"ה דער ברודער פונעם יבם) איז געווען פון תלמידי רמ"ד און ער האט געוואלט מייבם זיין, נישט חולץ זיין, האט ר' הירש נישט געלאזט, ער האט געזאגט אז א תלמיד פון מבמ"ן איז חשוד אויף פריצות בג"ע, איז קען זיין אז ער האט ערגעץ ווי א פסול'ן קינד, און וויבאלד די הלכה איז אז עיין עליו בין כשר ובין פסול, איז דא א חשש איסור כרת פון אשת אח שלא במקום מצוה, די מעשה זעהט אויס קראנט ווייל דער מהר"ץ חיות אין זיינע הגהות (כ"ב ע"ב) ברענגט ער דעם טעם בשם הגאון מהר"צ הנ"ל, אן די מעשה, נאר בכלל פארוואס איז מען כהיום חולץ במקום יבום, וועגן בזמן האחרון דלא אכשר דרא וכו' וכו'

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג יולי 26, 2011 3:20 pm

מגיד, איר זעהט אויס אביסל צומישט.

רצ"ה איז נישט געווען א שארפע מתנגד פון מענדלסאהן, ער האט געגעבן א הסכמה צום ביאור און זיי האבן זיך מער ווייניגער פארשטאנען. מיט וויזל האט ער יא געפירט א קאמף (וויזל האט מער אפן גערעדט פון שינוים ווי מענדלסאהן), פארשטייט זיך אז עס נעמט נישט אוועק קיין משהו פון רצ"ה'ס גרויסקייט.

מענדלסאהן האט געהאט א קנאפע שייכות מיטן יעב"ץ, זיי האבן זיך בלויז געשריבן, אנגעהויבן דורך די אויבנדערמאנטע מעשה פון הלנת המת. אגב, וואלט מיר אינטערעסאנט געווען אויב איר קענט צוברענגען א מ"מ אין שאילת יעב"ץ א תשובה צו מענדעלסאהן, לפי ידיעתי איז די אלע בריוון געדרוקט געווארן בלויז דורך די משכילים.
קוק דא viewtopic.php?p=414851#p414851

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 26, 2011 4:46 pm

לפי ידיעתי איז מענדלסאהן געווען א תלמיד פון יעב"ץ. ער האט אים נישט געוואלט געבען סמיכה ווייל ער איז נאך א בחור. א צוויי דריי בריוו פון יעב"ץ צו אים איז געווען געדרוקט און עפעס א קובץ בערך שנת תש"ז און דארטען רופט ער אים אן תלמידי. אזוי געדענק איך

רבי שאול בערלין איז געווען א ברידער פוו הגאון רבי שלמה בערלין זצ"ל רב הראשי פון ענגלאנד
http://en.wikipedia.org/wiki/Solomon_Hirschell
http://en.wikipedia.org/wiki/Saul_Berlin
http://en.wikipedia.org/wiki/Hirschel_Levin

http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%99%D7%9F
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7% ... 7%99%D7%9F
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 26, 2011 5:07 pm

לכבוד הגאון האלוף וכו' הר"ר יגעתי ומצאתי, שלום.

צומישט ?! חלילה !!

אודות מלחמת הר"ר צה"ב נגד רמ"ד קוק תולדות הספרות בישראל באנד ה', חסידות והשכלה.

די תשובה פון יעב"ץ איז ח"ב סי' קנ"ה.


Spusmn


אז ער איז געווען א תלמיד פונעם יעב"ץ, ווייס איך נאר פון די א.ד. תשובה, אין די שאלה שרייבט זיך מבמ"ן אלס א תלמיד, אבער אין תשובה שרייבט יעב"ץ גאר שיינע טיטול'ן אבער נישט תלמידי.

די מעשה וועגן סמיכה איז געווען מיט ר"ר יונתן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יולי 26, 2011 5:13 pm

מגיד, מיר דאכט זיך אז און די בריוו וואס איך האב אמאל געזעהן זאגט ער אים פארוואס ער וויל אים נישט געבען סמיכה, ער מוסר'ט אים א ביסעל אויס. קען זיין אז דער קובץ שרייבט אז ער איז א תלמיד און איך האב עס שוין אריין געליינט אונעם בריוו. אפשר האב איך עס געזעהן און "רשימות"? ו

איך האב יעצט אריינגעקלערט, אפשר פארטויש איך דער יעב"ץ מיט דער ר"ר יונתן
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג יולי 26, 2011 5:35 pm

מגיד שליט"א.

א גרויסע שכוח פארן מראה מקום. דו ווייסט אויב דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי די עמדין שרייבט זיך מיט רמ"ד אין "זיינע" ספרים? (די אנדערע זענען נישט אזוי מוסמך כאשר כתבתי בתגובה שציינתי לעיל).

די לשון אדמו"ר און תלמידו איז נישט קיין גרויסע ראי' ווייל עס קען זיין אז עס איז מחמת דרך ארץ, אבער א שטארקע הערה און מקום לעיין איז דאס זיכער.

די בריוו איז אנהייב תק"ל, פון דעם זעה איך אז זיי האבן זיך שוין געשריבן נאך פאר די מעשה מיט די הלנת המתים וואס איז געווען בשנת תק"ל. א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט.

לגבי רצ"ה, וועל מיר מעיין זיין נאכאמאל בל"נ.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 26, 2011 6:01 pm

די פרשה האט זיך הערשט אנגעהויבן 1772 עיין http://he.wikipedia.org/wiki/%d7%9e%d7% ... 7%95%d7%9f

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג יולי 26, 2011 10:57 pm

א גרויסען ש'כח פאר אלע מגיבים דא, א זייטיגע בקשה פאר אלע היסטאריקער אין שרייבער אין דעם "זכור ימות עולם" אשכול, ווען איר שרייבט בתוך הדברים איבער א פרשה, שערורייה, היסטארישע געשעהניש, א שטייגער ווי "הלנת מתים" אינעם דאזיגען אשכול איבערהויפט ווען ס'נישט אזוי באקאנט, ביטע לייגט צו אין קורצע ווערטער פון וואס די רעדע איז אין אויב מ'רעדט שוין דערפון אויף אונזער וועלט קען מען לייגן א לינק אדער כאטש א לינק צו וויקיפדיה
נאכאמאל איך פארשטיי אז קיינער באקומט דא נישט באצאלט אבער ס'ממש א שאד אז ס'זאל נישט זיין א דבר השלם
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 26, 2011 11:12 pm

ים רויבער !!


הייב אויף די אויגן, איין תגובה ארויף האב איך געברענגט א לינק.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג יולי 26, 2011 11:42 pm

ש'כח, ועל הכלל כולו יצא
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יולי 27, 2011 3:14 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:די פרשה האט זיך הערשט אנגעהויבן 1772

הנני מודה על האמת.

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

תגובהדורך א טאטע » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:30 am

צוגעלייגטע
הריני נשבע.JPG

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:59 am

דאס צו דער "בשמים ראש" איז א טאטאלע מעשה זיוף צו נישט איז טאקע א דעבאטע פאר זיך. אבער דאס וואס איר ברענגט פון ספר "הר אבל" לעניין מאבד עצמו לדעת, אמת טאקע אז דער חתם סופר שרייבט שוין דעראויף "ובזה נזדייף ספר בשמים ראש סימן שמ"ה", איז אבער אויך דא שטארקע פוסקים להיפך וואס פסק'ן ווי דער בשמים ראש בענין זה. לדוגמה דער בית לחם יהודה אין אן הגה אויפן פלאץ אין יו"ד שמ"ה, דער בית אפרים, ואחריו דער שואל ומשיב (קמא ג' רי"ז) און אזוי פסק'נט להלכה למעשה דער מהרש"ם אין א תשובה (ח"ו קכ"ג) ושאר פוסקים. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דעם פסק פון בשמים ראש איז נישט פון די שטערקסטע טענות קעגן די אויטענטישקייט פונעם ספר.

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 2:23 pm

רעק"א בריינגט דער בשמים ראש אויף מאבד עצמו לדעת אין זיין הגהות אויף שו"ע יו"ד סי' שמ"ה. וויסט אויס ער האט געהאלטן אז דאס איס נישט אפגעפרעקט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג נובעמבער 01, 2015 12:28 pm


איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג נובעמבער 01, 2015 12:30 pm

גם את זאת מצאתי
צוגעלייגטע
StreamGate.jpg

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 4:09 pm

בספר פסקי תשובה סי' מה בהערה העתיק מכתב מהגאון בעל אבני נזר (מובא בפרדס יוסף פר' קדושים) - שלום לכבוד אהובי הה"ג המפורסם חו"ב כש"ת מו"ה נחום נ"י האבד"ק קאמינקא ראיתי בספרו הביא מאמר מספר כסא דהרסנא ולדעתי אין הספר הזה ראוי לומר דבר הלכה בשמו וכל איש שיש בו ריח יראת שמים לא יחזיק ספר בשמים ראש ולענה בתוך ביתו עיין שו"ת פרשת מרדכי להגאון החסיד ר' מרדכי בנעט זצ"ל כמה הרעיש על ספר הזה ויותר ממה שהביא כתוב שם ולדעתי ראוי לשרפו ביוה"כ שחל להיות בשבת ולדידי יציית מעלתו ויעקור דף זה מתוך ספרו ואשר כל בדף זה ידפיס שנית והי' בזה שלום דברי הק' אברהם
דביה תחדי נפשא

אביש
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2018 12:26 am

תגובהדורך אביש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:06 pm

די פתחי תשובה יו"ד איז מעתק דעם בשמים ראש א שיינע פאר מאל


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט