בלאט 1 פון 1

ספרים פאר חודש אלול

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 9:23 am
דורך שמעלקא טויב
כבוד חברינו היקרים חברי בית מדרשינו,

ווי אלע געוויס ווייסן איז היינט א פארכטיגער טאג, "ערב ראש חודש אלול" א טאג פאר עס הייבט זיך אן דער "מוראדיגער חודש" אין וואס מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים. און אזוי ווי קיינער וויל נישט אדורכלאזן די צייט מיט גארנישט זעמיר ב"ה נישט אנדערש און כ'האב מחליט געווען מיט מיין טייערע חברותא אז יעדן פארטאגס גייט מען מאכן א שיעור פון צוואנציג מינוט בעניני דיומא אז מ'זאל נישט "איינשלאפן" און ח"ו פארגעסן אז מ'שטייט אין "חודש אלול."

הקיצור, כ'דארף אייער הילף!

וועליכע ספר/ספרים וואלט געווען די בעסטע צו לערנעןן אין די גרויסע טעג?

מטה אפרים?

שו"ע הלכות ראש השנה?

בני יששכר?

שער המלך?

סתם חסידישע ספרים, יעדן טאג עפעס אנדערש?

אריינקוקן אין איינע פון די צענדליגע ליקוטים אויף די הייליגע טעג?

גמ' מס' ראש השנה?

ואולי נעמן די צוואנציג מינוט און עס מוסיף זיין צום טעגליכן שיעור אין גמ' תוס' בבחינת מאן דמוסיף יוסיף?

כ'בין פשוט אביסל צומישט און כ'בעט אייער הילף.

א דאנק!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 11:17 am
דורך ווינקל
זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 10, 2010 9:04 am
דורך שמעלקא טויב
ווינקל האט געשריבן:זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.


כ'פארשטיי הונדערט פראצענט, אבער ס'איז אלץ כדאי צו הערן פון א חבר א גוטע הצעה. היינט האמיר ארויסגענומען א יערות דבש און אביסל געלערנט די ערשטע דרשה אויף חודש אלול, ס'איז הפלא ופלא, מלא מוסר ויר"ש, הלואי זאל עס אביסל אריינגיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 18, 2010 8:56 pm
דורך אויפריכטיג
שמעלקא טויב האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.


כ'פארשטיי הונדערט פראצענט, אבער ס'איז אלץ כדאי צו הערן פון א חבר א גוטע הצעה. היינט האמיר ארויסגענומען א יערות דבש און אביסל געלערנט די ערשטע דרשה אויף חודש אלול, ס'איז הפלא ופלא, מלא מוסר ויר"ש, הלואי זאל עס אביסל אריינגיין.

]
אויך געלערנט דעם יערות דבש, איז מיר שווער געווארן, ער זאגט דארט אז די דריטע טאג פון עשרת ימי תשובה איז קעגן די מאמר פון לא תרצח אין עשרת הדיברות, דעריבער איז אין דער טאג גע'הרג'ט געווארן גדלי'. מיר ליגט איו קאפ אז גדלי' איז גע'הרג'ט געווארן ראש השנה נאר דער תענית איז נדחה אויף דעם אנדערן טאג?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 22, 2014 10:12 pm
דורך א שטילער איד
לעצטענס קומט ארויס "ליקוטי ספרים" צוזאמגענומען די ספרים, זייער פראקטיש צום לערנען פון אינעווייניג די שטיקלעך וואס זענען נוגע פאר מענטשן פון די היינטיגע דור... ספעציעל אויף צו מעורר זיין די נפש פון די ספרים ארגינעל וואו די צדיקים האבן געשריבען... דארט האב איך געטראפן זאכן וואס איך גלייב נישט אז איך וואלט עס אפילו באמערקט אין די ספרים אליינס... עס איז ברענגט אריין א געשמאק צו לערנען די ווערטער פון אינעווייניג... מקען לערנען און לערנען דארט אפילו עטליכע מאל יעדע שטיקל פאר זיך... פרוביר עס אויס...