ספרים פאר חודש אלול

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

ספרים פאר חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כבוד חברינו היקרים חברי בית מדרשינו,

ווי אלע געוויס ווייסן איז היינט א פארכטיגער טאג, "ערב ראש חודש אלול" א טאג פאר עס הייבט זיך אן דער "מוראדיגער חודש" אין וואס מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים. און אזוי ווי קיינער וויל נישט אדורכלאזן די צייט מיט גארנישט זעמיר ב"ה נישט אנדערש און כ'האב מחליט געווען מיט מיין טייערע חברותא אז יעדן פארטאגס גייט מען מאכן א שיעור פון צוואנציג מינוט בעניני דיומא אז מ'זאל נישט "איינשלאפן" און ח"ו פארגעסן אז מ'שטייט אין "חודש אלול."

הקיצור, כ'דארף אייער הילף!

וועליכע ספר/ספרים וואלט געווען די בעסטע צו לערנעןן אין די גרויסע טעג?

מטה אפרים?

שו"ע הלכות ראש השנה?

בני יששכר?

שער המלך?

סתם חסידישע ספרים, יעדן טאג עפעס אנדערש?

אריינקוקן אין איינע פון די צענדליגע ליקוטים אויף די הייליגע טעג?

גמ' מס' ראש השנה?

ואולי נעמן די צוואנציג מינוט און עס מוסיף זיין צום טעגליכן שיעור אין גמ' תוס' בבחינת מאן דמוסיף יוסיף?

כ'בין פשוט אביסל צומישט און כ'בעט אייער הילף.

א דאנק!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ווינקל האט געשריבן:זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.


כ'פארשטיי הונדערט פראצענט, אבער ס'איז אלץ כדאי צו הערן פון א חבר א גוטע הצעה. היינט האמיר ארויסגענומען א יערות דבש און אביסל געלערנט די ערשטע דרשה אויף חודש אלול, ס'איז הפלא ופלא, מלא מוסר ויר"ש, הלואי זאל עס אביסל אריינגיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:זאלסט נישט לערנען וואס אנדערע גלייכן, אין אדם לומד אלא במקום ש"לבו" חפץ.
פראביר וועלכע ס'ווארעמט דיר ס'מערסטע.


כ'פארשטיי הונדערט פראצענט, אבער ס'איז אלץ כדאי צו הערן פון א חבר א גוטע הצעה. היינט האמיר ארויסגענומען א יערות דבש און אביסל געלערנט די ערשטע דרשה אויף חודש אלול, ס'איז הפלא ופלא, מלא מוסר ויר"ש, הלואי זאל עס אביסל אריינגיין.

]
אויך געלערנט דעם יערות דבש, איז מיר שווער געווארן, ער זאגט דארט אז די דריטע טאג פון עשרת ימי תשובה איז קעגן די מאמר פון לא תרצח אין עשרת הדיברות, דעריבער איז אין דער טאג גע'הרג'ט געווארן גדלי'. מיר ליגט איו קאפ אז גדלי' איז גע'הרג'ט געווארן ראש השנה נאר דער תענית איז נדחה אויף דעם אנדערן טאג?
א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטילער איד »

לעצטענס קומט ארויס "ליקוטי ספרים" צוזאמגענומען די ספרים, זייער פראקטיש צום לערנען פון אינעווייניג די שטיקלעך וואס זענען נוגע פאר מענטשן פון די היינטיגע דור... ספעציעל אויף צו מעורר זיין די נפש פון די ספרים ארגינעל וואו די צדיקים האבן געשריבען... דארט האב איך געטראפן זאכן וואס איך גלייב נישט אז איך וואלט עס אפילו באמערקט אין די ספרים אליינס... עס איז ברענגט אריין א געשמאק צו לערנען די ווערטער פון אינעווייניג... מקען לערנען און לערנען דארט אפילו עטליכע מאל יעדע שטיקל פאר זיך... פרוביר עס אויס...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הנה זה עומד אחר כתלינו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

עבודת הצדיקים
בצל רבינו
קוטיג
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 2:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטיג »

ליקוטי אב
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

שמעלקא טויב האט געשריבן:כבוד חברינו היקרים חברי בית מדרשינו,

ווי אלע געוויס ווייסן איז היינט א פארכטיגער טאג, "ערב ראש חודש אלול" א טאג פאר עס הייבט זיך אן דער "מוראדיגער חודש" אין וואס מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים. און אזוי ווי קיינער וויל נישט אדורכלאזן די צייט מיט גארנישט זעמיר ב"ה נישט אנדערש און כ'האב מחליט געווען מיט מיין טייערע חברותא אז יעדן פארטאגס גייט מען מאכן א שיעור פון צוואנציג מינוט בעניני דיומא אז מ'זאל נישט "איינשלאפן" און ח"ו פארגעסן אז מ'שטייט אין "חודש אלול."

הקיצור, כ'דארף אייער הילף!

וועליכע ספר/ספרים וואלט געווען די בעסטע צו לערנעןן אין די גרויסע טעג?

מטה אפרים?

שו"ע הלכות ראש השנה?

בני יששכר?

שער המלך?

סתם חסידישע ספרים, יעדן טאג עפעס אנדערש?

אריינקוקן אין איינע פון די צענדליגע ליקוטים אויף די הייליגע טעג?

גמ' מס' ראש השנה?

ואולי נעמן די צוואנציג מינוט און עס מוסיף זיין צום טעגליכן שיעור אין גמ' תוס' בבחינת מאן דמוסיף יוסיף?

כ'בין פשוט אביסל צומישט און כ'בעט אייער הילף.

א דאנק!

נעמט מסכת ראש השנה, די לעצטע צווי פרקים, מיט'ן ספר הנפלא, עבודה ברורה!
איך זאג דיר דעס וואס די אור החיים הקדוש שרייבט היו משתגעים ומתלהטים האט א גרויס מקום ער האט דאס גמיינט!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

וואס איז דאס עבודה ברורה?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
סוד שיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2020 4:06 pm

Re: ספרים פאר חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוד שיח »

חק לאלול
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ספרים פאר חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

ספר נפלא מאוד מר׳ סנדר ערלנגיר תורת עבודה ותשובה
אזוי אויך בית גנזי זייער א שיין ספר
לעצטינס איז ארויס געקימען א ספר אני לדודי פון ר׳ שרי׳ זה דא http://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=30&t=52672
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ספרים פאר חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עפעס פריש ערשינען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: ספרים פאר חודש אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

farshlufen האט געשריבן:
עפעס פריש ערשינען?
1) מאורות רבנו מאיר הלוי (סאלאוויציק) - מועדים
2) דרכי נעם - מועדים חלק ב - ימים נוראים כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א
3) זמנים ומועדים - ימים נוראים
4) שפתי חן - ימים נוראים
5) שיעורי רבינו הגאון רבי משה שפירא זצוק"ל - עשרת ימי תשובה - יום כיפור
6) סוד ישרים - ימים נוראים - איזביצא - ראדזין
7) חוקים להורותם - פסקי דינים לחודשי אלול - תשרי מאת ר' יחיאל מיכל אברהם פריעדמאן דומ"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר בני ברק
8) אוצר האריז"ל על יום כיפור
9) אוצר האריז"ל על ראש השנה
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”