בלאט 1 פון 1

דער שלחן ערוך פאר פאשקעווילען

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:12 pm
דורך פינטעל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:17 pm
דורך אלדד
גאנץ אינטערעסאנט - א סך שטותים רעדט ער צוזאם דארט, דער עיקר אז ער האט ארויס געבלאזן א "מחקר"...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:27 pm
דורך פינטעל
מיינע קאמפלעמענטן צו דיר אלדד, אזוי שנעל אפציליינען 37 בלעטער, און קאמענטירן דערויף,
ביסט א ריכטיגע עילו

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:39 pm
דורך אלדד
ווער זאגט מען דארף אפליינען, פון די ערשטע פינף בלעטער פלוס די פאר בילדער שפעטער אינם פי. די. עף. איז משמע אז ס'איז מלא שטותים - יישר כח פאר די קאמפלימענט!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:41 pm
דורך imzist
דו ווילסט נישט עס זאל געשען צו דעם אשכול דאס וואס איז ממש איצט געשען צו דעם עמנוא-ל אשכול...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:42 pm
דורך אלדד
דהיינו?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:46 pm
דורך פינטעל
די בגץ האט עס איינגעשפארט פאר צוויי וואכן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 3:52 pm
דורך אלדד
נו נו! בעצם אני כבר רשום באתר זה כמעט קרוב לשנתיים וכמעט שלא כתבתי פה משום שלא מרשים להתבטא כאן באופן חפשי (--) ולכן מצאתי את עצמי כותב בשאר הפורומים החסידיים ברחבי הנט, והיות שאחד מידידיי שמשתתף כאן באופן פעיל ביותר ביקש ממנו שאכתוב גם כאן הרי נסיתי את זה, אבל בתנאים אלו אני צריך לעזוב את המקום (ובפרט שמודיעים אותי "אז איך בין נישט וועלקאם דא) אז אצפה כאן מן הצד ולא אגיב יותר עד שאני יבין שרוצים אותי כאן...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 4:00 pm
דורך יהיה כן
אלדד
איר דארפט א ציגארעטל אפשר, א קאווע

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 4:01 pm
דורך למעלה משבעים
די אשכול איז פיין פארפארן... אבער אז מען רעדט שוין.
צו האט איר דורך געליינט די תקנות פונם זייטל פארן שרייבן? זע נאכאמאל תקנה נומער צוויי....
מיר פרייען זיך צו זיין אויף א סייט וואס מען קען שמועסן און פארברענגן רואיג, אנדעם וואס איינער זאל מצער זיין אדער שרייבן א זאך וואס שטעכט א צווייטן, פאר די זאכן איז דא גענוג און נאך זייטלעך, ביטע אויב האט איר נישט געליינט די תקנות ליינט עס דורך, און קומט צוריק איר זענט מער ווי וועלקאם, נאר פארשטייט זיך ווילאנג עס שטימט מיט די פארלאנגן פון דעם סייט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 5:07 pm
דורך אלדד
יהיה כן האט געשריבן:אלדד
איר דארפט א ציגארעטל אפשר, א קאווע

א ציגארעטל, בעצם יא, אבער איך רייכער שוין נישט א ערך פון פינף חדשים (כ'פראביר ס'זאל אנהאלטן פאר א יאר, און דערנאך וועט מען זיך צוריק נעמען צום אלטן).
א קאווע - עניטיים!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 5:10 pm
דורך אלדד
למעלה משבעים האט געשריבן:די אשכול איז פיין פארפארן... אבער אז מען רעדט שוין.
צו האט איר דורך געליינט די תקנות פונם זייטל פארן שרייבן? זע נאכאמאל תקנה נומער צוויי....
מיר פרייען זיך צו זיין אויף א סייט וואס מען קען שמועסן און פארברענגן רואיג, אנדעם וואס איינער זאל מצער זיין אדער שרייבן א זאך וואס שטעכט א צווייטן, פאר די זאכן איז דא גענוג און נאך זייטלעך, ביטע אויב האט איר נישט געליינט די תקנות ליינט עס דורך, און קומט צוריק איר זענט מער ווי וועלקאם, נאר פארשטייט זיך ווילאנג עס שטימט מיט די פארלאנגן פון דעם סייט.

כ'האב דורך געליינט דו תקנות מער ווי איין מאל, די שאלה איז פשוט וואס ס'גרעניצט זיך מיט לשה"ק און מחלוקת, צו מעג מען דעבאטירן א מחלוקת הפוסקים; צו דאס הייסט אויך מחלוקת, אדער מעג מען נאר שרייבן איין זייט פון די מטבע און לאזן אלעמען פייפן און דערנאך שרייען שתוקה כהודעה דמיא...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 5:17 pm
דורך למעלה משבעים
באמת באלאנגט דאס פאר די הנהלה צו פסק'נען צו דאס הייסט אויך מחלוקת, אבער אויב זעט מען אליין אז פון א שמועס קומט ארויס שטעכערייען פון איינעם צום צווייטען לכאורה גייט דאס יא אריין אין דעם גדר, און צומאל איז אפילו כדאי יענעם צו לאזן שרייען שתיקה כהודאה אבי נישט אנצוברענגן קיין מחלוקת און טשעפערייען פון איינעם צום צווייטן איבער די שפאלטענעס פון קרעיטשמע.
סוף כל סוף איז די קרעיטשמע נישט געמאכט אויף ארויסצוברענגן די צווייטע זייט מטבע.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:09 am
דורך והוא פלאי
לא זכיתי להבין וואס מען וויל פון אלדד, איך האב אדורכגעליינט מנחם פרידמאן'ס שטותים, ולא ראיתי שם שום חידושים זולת מקור על שם פאשקעוויל, שהוא אדער יא אדער ניין, וזולת זה היא רק מלא שנאה על ערליכע יודען עם פארדרייטע פאקטן כדרכו בשאר מחקריו, עוד פעם, מען דארף נישט זיין קיין עילוי צו זען אז עס א מבול מיט שטותים אין 5 מינוט, אבל בראותי הויכוח פה טרחתי וקראתי כולם, ולא אמר כלום, ממש, זולת שטותים ושנאה

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:16 am
דורך שמעלקא טויב
לעצטנס האבעך געזעהן אין דזשודעיקא געשעפט א נייעם בוך מיטן נאמען "פאשקווילן" מיט פאטא-קאפיס פון פאשקעווילן, ר'עיקר פון ארץ ישראל, געווארפן אהין און צוריק צווישן אנשי הרב מיפו ולהבדיל דאן די אנשי האגודה ר' עמרם ברש"י בלוי ואחיו ר' משה. גאנץ אינטערסאנט אבער פארט הויכע שטותים!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:18 am
דורך ארעסטאנט
שוין א אלטע מעשה.

ער האט אבער גראדע דארט אינטערסאנטע קאפיס פון אלטע כרוזים און קול קורא'ס וואס ער איז מפרסם בפרסום ראשון.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:24 am
דורך שמעלקא טויב
ארעסטאנט האט געשריבן:ער האט אבער גראדע דארט אינטערסאנטע קאפיס פון אלטע כרוזים און קול קורא'ס וואס ער איז מפרסם בפרסום ראשון.


זייער פיין און וואיל אבער קיין פינעף און צוואנציגער וואלט איך נישט געצאלט דערפאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:43 am
דורך ארעסטאנט
אה צוליב דעם האב איך דאס געקויפט אין ארץ ישראל פאר 12 דאללער..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 21, 2010 11:44 am
דורך והוא פלאי
יש חוש מיוחד לקרוא בפרסומים ישנים ולהסיק מזה מסקנות, אני הק' כבר ניצחתי כמה ויכוחים עם הספר מלחמות ה', והקול קול יעקב, ומי מדבר מהקול קורא'ס שיש במרא דארעא ישראל, או בהאיש על החומה, ומי מדבר מהכרכים של קלוגער מירושלים, מען דארף עס נאר קענען אפלערנען