בלאט 1 פון 7
ספר בגן האמונה
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 1:28 am
דורך over night kugel
איך האב לעצטענס געענדיגט ליינען דעם ספר "אין גארטען פין אמונה"פין הרב ארוש ממנהיגי ברעסליוו ס'דא אין אלע שפראכן אין ענגליש אין לשון קודש וכו'.בקיצור דער ספר האט מיך מוראדיג באנימען אין מיך געגעבען אסאך חיזוק.וויל איך טאקע וויסן צו דער עולם האט עס געליינט און וואס מען זאגט דערויף ווייל סוף כל סוף איז דער ספר געבעיסט אויף די ברעסליווע שיטה און ווי באקאנט איז געווען פין די תלמידי בעל"שט וואס האבן נישט געהאלטען פין דעם דרך
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 9:11 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
פליז הער אויף מיט די מעשיות, וואס הייסט מען האט נישט געהאלטן פון ברסלב?
ווייסט מיט וואס מען האט נישט געהאלטן?
פון א בלעקבערי האט מען יא געהאלטן?
יעדע זאך וואס קען ברענגען חיזוק פאר א מענטש, התעוררות לעבודת ה'. איז וועלקאם ביי יעדער רעכטדענקענדער מענטש.
און אז די רעדטס פון דעם ספר. עס איז געווארן לעצטענס עפעס נישט נארמאל אויפגעכאפט.
מען זאגט אז מען האט עס שוין געדרוקט און די מיליאנען. און 7 שפראכן.
אבער ביים היימישן עולם ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 9:32 am
דורך שטארק זיך
דער ספר אנטהאלט נקודות (דוגמה: ידיעה בחירה), וואס זענען מתנגד די מסורה פון רוב אייוועלט איינגעשריבענע,
ר' חיים יענקל רובין שליט"א מציעשנוב זאגט נאך בשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז ווען עס קומט בעניני אמונה ברויך מען זיך זייער היטן פון וועם מען הארכט, אפילו אויב מען בעניפיטירט אין עבודת השם!
ובזה יצאתי ידי חובתי.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:04 am
דורך יהיה כן
י. מ. סופר האט געהאט געשריבן אין צייטונג מיט חדשים צוריק א לאנגן מאמר קעגן דעם ספר (איך האב דעם ספר אינדערהיים, ער האט געהאט עטליכע גערעכטע נקודות דערקעגן, וכדברי שטארק)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:06 am
דורך over night kugel
קודם כל רעדט מען דא פון א אייניקל פון בעש"הקדוש און צווייטענס כמעט קיין איין ווארט פון דעם ספר קען מען נישט אפפרעגען און דער וואס פרעגט אפ איז אן אפיקורס אדרבא איבער צייגט אייך אליינס ליינט דעם ביכל
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:10 am
דורך over night kugel
יהיה כן לאמיך טאקע הערען אביסל וואס ער שרייבט קעגען דעם ספר שכויח למפרע
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:19 am
דורך יהיה כן
כ'געדענק נישט אויף די מינוט און איך האב נישט דעם מאמר, לפי זכרוני איז עס געווען איבער אלטע ענינים בתורת מוהר"ן מברעסלאוו, וואס פילע צדיקים האבן געהאלטן אנדערש, נישט קיין נייעס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 10:54 am
דורך מי יודע
יהי' כן
מיטן פולסטן רעספעקט צו אייך
אבער ס'איז דא א מימרא וואס מען זאגט נאך פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ער זאל האבן געזאגט אז ס'איז נישטא נאך אזא איינער פון די תלמידי בעל שם ווי הרה"ק רבי נחמן וואס האט אזוי גוט פארשטאנען צו אונזער היינטיגער דור.
(איין מינוט! האק נישט אריין! איך דולד אויך נישט די משוגענע דרכים וואס כמה טוען על שמו. איך גלייב אויך נישט קיין מימרות פון רבין וואס "מען זאגט נאך", און אויב דו האסט נאך נישט געהערט די מימרא וועל איך פרובירן נאכצוגיין דעם מקור, איך האב עס קלאר געהערט מיט א מקור, איך דענק נאר נישט מאמענטאל פון וועם).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:06 am
דורך שטארק זיך
די מימרא איז דא אויף קאסעטע, אויב עס וועט מיר אויסקומען וועל איך מברר זיי אוואו מען עס הערן.
די נקודות מיט וואס פילע זענען נישט איינשטימיג מיט דעם ספר האט קיין שייכות מיט די מחלוקת הצדיקים, אין געוויסע חבורות אין ברסלב (הרי"מ שעכטער וסייעתיו) איז מען מתנגד צו הרב ארוש'עס ספרים, צווישן די וואס שטיצן נישט זיינע קונטרסים זענען פאראן פילע וועלעכע רעספעקטירן אים זעלבסט אלס אן ערליכער.
ר' אווערנייט, וואנעט ווייסטו אז מען קען עס נישט אפפרעגן?
ועוד, מיר האבן א מסורה נישט צו לערנען פארשידענע אמונה ווערק פון די גדולי הראשונים, עאטש מען קען זיי נישט אפפרעגן.
עס איז פאראן אין מסכת חגיגה א פרק מיט'ן נאמען 'אין דורשין'.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:11 am
דורך מי יודע
שטארק זיך
איך וועל אייך דאנקבאר זיין אויב איר קענט אפירקראצן די מימרא, ווייל איך האב זייער נישט ליב צו נוצן מימרות (בפרט פון רבין) וואס איך האב נישט קלאר א מקור דערפאר
יישר כח למפרע
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:13 am
דורך יהיה כן
רבי מי יודע לעבן
ביזט אריינגעשפרינגען אינמיטן א שמועס, און אודאי נישט געשריבן צום דבר במחילה, איך באציה מיך צו שטארק'ס ווערטער ברמיזה בענין אמונה ובחירה, וואס ער האט אויף דעם א גאנצע שיטה וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט וואס מען האט געלערנט פאר רוב שרייבערס דא.
לאז דעם רבי'ן ארויס, דאס איז ערשטנס, מען האט דערווייל, אינגאנצן נישט גערעדט פון עם דא, אויך נישט וועגן ציונות.
(איך שרייב 'דערווייל' ווען די נקודה האט מען נאך נישט באהנדלט דא, דער פאקט אז דער בארוש איז א פעסטער שובו בנים'ניק מחברת בעלראנד, וועלכע זענען היינט פון די שטערקסטע אויפן התגרות באומות פראנט אינעם סכסוך פון די מתנחלים און די אראבערס כידוע, והם תולים בוקי סרוקי בדברי קדוש ה' ר' נחמן מברסלב, נאר היות זיין שיטה אין דעם נושא ווערט נישט באהאנדלט אינעם ספר, האב איך עס נישט באריריט דערווייל)
צווייטנס, דארפט נישט קיין שמועות, דער רבי אליינס ברענגט די ווערטער פון ר' נחמן'ן אויפן דור פון עיקבתא דמשיחא אין זיין ספר ויוא"מ (ער ברענגט דעם שבחי הר"ן פון ר' נתן')
והעיקר, כ'האב אינגאנצן נישט גערעדט פון די משוגענע דרכים כלשונך, זייט נישט ברוגז, און דער מאמר פון י. מ. סופר רעדט אויך אינגאנצן נישט דערוועגן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:18 am
דורך שטארק זיך
ר' יהי,
אין א פריערדיגע תגובה שרייבסטו דאס הרב סופר'ס מאמר באציט זיך אויף די מחלוקת הצדיקים אויף געוויסע ברסלב'ער שיטות, אויף דעם באציט זיך קאלעגע 'מי יודע' מיט די ווערטער פון רביה"ק.
פארשטעי?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:30 am
דורך יהיה כן
ניין איך פארשטיי נישט
די ברסלבע האבן א אייגנארטיגן שיטה בענין השתדלות ובטחון וואס ארוש ארבעט ארום דערמיט, ס'נישט אין איינקלאנג מיט אנדערע.
און דעם רבי'ןס ווערטער איז בנוגע דאס אפיקורסות אין דעם דור האחרון, ווערטער וואס ער ברענגט אראפ אין זיין ספר ויוא"מ.
סאו, ווייסעך נישט וואס ער האט דא צאמגעמישט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 11:52 am
דורך שטארק זיך
דער געדאנק אויף וואס ער בויעט איז האט נישט ספעציעל מיט ברסלב, עס ווערט פיל געברענגט אין ספרי תלמידי בעל שם טוב, און אין ברסלב באנוצט מען אויך נישט דעם געדאנק אזוי פארגרעבט ווי אין בגן האמונה, נעמליך אויף צו בארואיגן די רגשי אשמה.
האסטו שוין אמאל געזען אדער געהערט פון ר' יעקב מאיר זיך באנוצן מיט דעם רעיון, עכ"פ אויף דעם אופן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 3:51 pm
דורך שאץ מאץ
איך קען דעם ספר למעשה איז עס זייער א שטארקע ספר און האט שוין מחזק געוועהן פיל אידן, זייער אסאך יונגעלייט זענען מעיד אז דער ספר האט געטוישט זייער לעבן, און איך אליין ווייס פון פעלער וואס האט ממש אויסגעהיילט מענטשן פון פחדים און האלבע ענקזייעטי, פשוט ווייל ער איז מחזק אמונה זייער שטארק,
אמת ס'איז דא נקודות וואס ער שרייבט און ס'איז נישט פארשטענדליך ביי מענטשן, הגם ער אליין האט קלארע בירורים דערויף אבער ער זאגט קלאר אז ביים איבערדריקן דעם נייע ם דריק גייט ער ארויס נעמען די פונקטן, פאקטיש האט ער א הסכמה פון ר' נפתלי מאסקאווישט פון אשדוד ברודער פון ר' יצחק אלעזר - שאץ מאנסי / א"י, וואס ווער עס קען אים איז ער זייער א ערליכע אפגעהיטענע איד, מיט א שכל הישר און ריינע השקפה,
אוודאי איז האקל צו זאגן אז א מענטשן דארף וויסן נאך אן עבירה זיך שטארקן און וויסן אז ס'אי זאזוי געוועהן באשערט, איז א ביאור בנפי עצמו, און מ'קען זיך שטעלן אונטער דעם מיט ביאורים, איך וועל מודה זיין אז אין א ספר וואס איז שוה לכל באלאנגט נישט אזא טעמע, עכ"ז איז אבער דער ספר צו שטארק עס אוועק צו מאכן מיט די חסרונות וואס ער האט, מ'דארף ארויס נעמען די גוטע חלקים פון אים, קיינער איז נאכנישט געווארן קיין אפיקורס פון אים, פארקערט יא, ס'איז היינט צו טאג דא 100'טער מאמנים באמת וואס האבן געטוישט זייער לעבן צו א שלות הנפש און צו אמונה שלימה נאר אדאנק אים, ער איז א קלארע מזכה את הרבים, און ס'קומט אים קרעדיט,
דאס איז מיין ארימע דעת,
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:16 pm
דורך אויפריכטיג
גם אני מצטרף לדברי הש"ץ.
זאת ועוד, ווילאנג עס איז נישט פאראן נאך אזא ספר וואס זאל אזוי שטארק ארויסברענגען די עקרי האמונה אויף אזא אופן אז פשוטע אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין אויף טריט און שריט, איז נישט כדאי אראפצורייסן דעם ספר צוליב זייטיגע נקודות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:22 pm
דורך זיס
קינדערלעך, ס'איז נישט אזוי פשוט:
איך האב אויך געקויפט דעם ספר און עס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל, און גענאסן דערפון.
שפעטער האב איך גערעדט מיט עטליכע מורי-הוראה וואס האבן מיר אויפגעקלערט און געוויזן פארשידענע זאכן וואס איז גענצליך קעגן תורה און אידישקייט, וואס ליגט צווישן די ווערטער אז מען כאפט נישט.
עס האט גארנישט איינגעלייגט מיט ברסלב, מען רעדט פון די זאך פאר זיך. איך ווייס אויך איינע פון די רבנים המסכימים אויף דעם ספר וואס האבן חרטה געהאט אויף זייער פסק.
איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, ווייל עס רירט אן עיקרי אמונה און דאס וועט נאר ברענגען אז מען זאל נושא ונותן זיין אין זאכן וואס עס איז נישט כדאי, עס וועט אויסקוקן ווי "עצור כאן חושבים".
איך זאג נישט קיין מיינונג, נאר אויף אזויפיל, אז אויב איינער וויל דאס קויפן און דורכליינען, זאל ער זיך דורכרעדן מיט א מורה דרך.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:30 pm
דורך over night kugel
"שטארק זיך" האט געפרעגט פארוואס מען קען נישט אפפרעגען קיין זאך פון דעם ספר?פשוט ווייל די גאנצע פאוינט פין דעם ספר איז אז אלעס איז דער באשעפער. גארנישט ווערט נישט געטויען פין זיך אליינס אלעס האט א חשבון פין הימל קיינער קען דיך גארנישט טיהן אז דער באשעפער וויל נישט.און אויב איינער טוט דיך יא זאלסטו נישט גיין צו עים אנשרייען נאר זיי מתפלל צום באשעפער ער זאל דיר העלפען ווייל נאר ער קען דיר העלפען און געוויס וועגן דעם האט דיך דער אויבערשטער דאס געשיקט כדאי דו זאלסט תשובה טוען און ווערן נענטער צו עים.כל מאן דעביד רחמנא לטב עביד+ממילה+וואס+איז+דא+וואס+זיך+צו+זארגען.סא+רב+שטארק+זאג+מיר+וואס+איז+דא+אפ+צופרעגען?+און+ בנוגע+וואס +דו+פרעגסט+איבער+די+ראשונים?+יא+שער+היחוד+פין+חובת+הלבבות+און+ספר+מורה+נבוכים+פין+דער+ רמב"ם+האט+מען+ נישט+געלערענט+ווייל+צדיקים+האבען+געזאגט+"מען+דארף+זיין+א+נער+און+גלייבן+"+אבער+דא+רעדט+ער+בכלל+ נישט פון דעם
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:35 pm
דורך אויפריכטיג
איך פארשטיי נישט פארוואס די טעמע קען נישט ווערן אויסגעשמועסט דא אזויווי אלע אנדערע נושאים, נאך אלעם איז דאך דאס דער אויפטו פון אייוועלט.
סא חברים, זאל דער עולם פעסטן אויסצוגן און מען וועט ארומרעדן דערפון!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 4:43 pm
דורך over night kugel
רב אויפריכטיג וואס זאגסטו צו מיינע אויסציגען זעה'ט דיר אויס אינטערסאנט ?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 5:02 pm
דורך שטארק זיך
איבערנאכט קוגל,
איך קען דעם ספר'ל בעסער ווי דו שטעלסט זיך פאר; אמת דאס וואס דו זאגסט איז זיין עיקר ציל, אבער דוכט זיך אז דער ספר איז לענגער ווי בלויז די איין שורה וואס דו האסט געשריבן, ריכטיג?
אלא מאי ליגט דערינען פיל מער ווי דו פראבירסט עס אראפצושטעלן.
שאץ זאגט א גוטע פונקט, אז למעשה האט עס שוין געהאלפן פיל מענטשן, ער וועט אבער, דוכט זיך, אז צוליב די הייקעלקייט פון די זאך ברויך מען דאס נישט רעקאמענדירן פאר'ן גאנצן כלל.
----
אויפריכטיג ערווענט א ווייטאגליכע נקודה אז עס איז דערווייל נאכנישט פארהאן קיין אנדערע ספר מיט דעם קלארקייט וואס זאל זיין מער אויסגעהאלטן.
אמת, אבער אויב איז אין תוכן פונעם דא אזאנס וואס איז לויט פיל ערליכע אידן עטוואס שעדליך, גיבט דאס נישט קיין היתר צו לערנען דעם ספר (ראה מה שהבאתי לעיל מפי הרח"י רובין מציעצשנוב ב"פ).
וואס דען, מען דארף טאקע זען עס זאל יא זיין אזעלעכע ספרים, עס זענען פאראן גענוג פעהיגע דערצו פון היימישן חדר.
ועל כולם, קאלעגע 'זיס' זאגט דאך פארט עפעס.
----
איך זעה נישט דעם תועלת פון אויסצוגן ווען קיינער טענה'ט נישט אז דארט שטייט נישט שטארקע סחורה.
עס איז ענדערש א שאלה צו פרעגן פון גרעסערע פון אונז,
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 5:56 pm
דורך טרעגער
שטארק זיך איך זעה דירעקט יא א מעלה פון אויסצוגן, ווייל אזוי קען מען אויך זעהן די "שרעקליכע" מאמרים, און טרויעריג בארימטע-האקעלע-נושאים, ווי איר רופט עס!
ברענג נישט די גוטע ברענג די נישט גוטע. ביטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 6:05 pm
דורך ביקסאד
אוי וויי ! היט אייך !
טרעגער וויל דא אן ברענגען די נישט גוטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 7:09 pm
דורך מי יודע
שטארק זיך האט געשריבן:ר' יהי,
אין א פריערדיגע תגובה שרייבסטו דאס הרב סופר'ס מאמר באציט זיך אויף די מחלוקת הצדיקים אויף געוויסע ברסלב'ער שיטות, אויף דעם באציט זיך קאלעגע 'מי יודע' מיט די ווערטער פון רביה"ק.
פארשטעי?
יישר כח ר' שטארק זיך, ירדת לסוף דעתי (העני' והשפילה...)
ערעב יהי' כן, זאל זיין ווי דו זאגסט, אבער בייזער דיך נישט
התנגדות אויף ברעסלאבער דרכים איז געווען נאך פאר ציונות, און פון דעם האב איך גערעדט, איך האב נאך מיט מיינע ווערטער נישט בארעכטיגט דעם ספר, פשוט ווייל איך האב עס נאך נישט געזען, איך האב סתם געשריבן א נקודה איבער די טענה'ריי דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 07, 2010 8:35 pm
דורך קנעפעל
ווי איז דא צי באקימען דעם ספר? איך קען ניצן א אינטשעקשען פון אמונה,
צי גלייבן מיט א אמת'דיקייט ,אפילו ממש בשעת עס טיט עפעס זייער וויי (איך מיין נישט דווקא פיזישע יסורים חלילה)
אז דאס איז די בעסטע פארן מענטש,