בלאט 7 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 5:25 pm
דורך א טענצל!
נו, כ'האב נאך אלץ נישט געזעהן דעם קונטרס 'ובחרת בחיים'. אפשר קען עס עמיצער דא ארויפלייגן לתועלת הציבור?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 5:53 pm
דורך שויתי'ניק
א טענצל! האט געשריבן:נו, כ'האב נאך אלץ נישט געזעהן דעם קונטרס 'ובחרת בחיים'. אפשר קען עס עמיצער דא ארויפלייגן לתועלת הציבור?


עס פארנעמט צופיל פלאץ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 5:54 pm
דורך שמן למאור
לייגט ארויף אין יו סענד איט, מיט א לינק פארן עולם

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 5:55 pm
דורך שמן למאור
אדער גאר מיט גוגל דאקס (כיצחק)

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 2:46 pm
דורך שמן למאור
וואס איז געווארן מיט דעם בגן האמונה ?
איך זעה אין די מעלות אדעווערטייזט איינער ווי מ'קען הערן הרב ארוש'עס שיעורים, קוקט אויס ווי מ'האט אים נישט אינגאנצן חוסם געווען פון אונזער מחנה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 3:33 pm
דורך אויפריכטיג
שמעק_טאביק האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:איך האב מיך אפגעהאלטן ביז איצט אריינצוגיין אין די שווערע נושא, ווייל מי אנכי חדל אישים אסקופה הנדרסת בפני רבנן ותלמידהון כננס בפני ענק אריינצורעדן אין אזעלכע האקעלע ענינים העומדים ברומו של עולם, כהררים התלוים בשערה. [הגם אז איך כשלעצמי האב געהאט א שטארקע חיזוק פונעם ספר בכמה ענינים].

איך וויל נאר דא איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון א חשוב'ן איד שליט"א (א מורה הוראה מובהק) רעדנדיג מיט איהם איבער דעם ספר, האט ער מיר געזאגט כדברים האלה (אייניגע נקודות דערפון זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן אויבן, איך שרייב נאר איבער מה ששמעתי מפיו):
די עיקר טענה דערקעגן איז דאס וואס ער שרייבט אז נאכ'ן עובר זיין אן עבירה רח"ל, ברויך מען טראכטן אז עס איז געווען באשערט מן השמים און נישט ווערן צובראכן. למעשה איז דאס נישט זיין חידוש, עס איז דאך מבואר בספרי הרה"ק רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע. נאר וואס דען?, די טענה איז אז עס וועט מאכן קאלט בעיני אנשים דאס גאנצע טוהן עבירות וכדו', טראכטנדיג תיכף אז עס איז געווען באשערט וכו'. האט מען אנגעפרעגט דערוועגן דעם מגיד מישרים ומהלהיב לבבות ישראל הגאון רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א האט ער געזאגט אז על אף מען קען זאגן אז ס'קען ארויסקומען א קלקול דערפון אויך, איז אבער תקנתה מרובה מקלקלתה!. (דער מורה הוראה שליט"א האט מיר מוסיף געווען אז באמת זעהט מען אין אלע ספרי חסידות [וביותר בספרי הרה"ק מברעסלב] אז נאך אן עבירה דארף מען זיך מחזק זיין און נישט פאלן וכו', דער יצה"ר דארף ענדערש דעם עצבות נאכן עבירה וכו', און די מהלך - פון טראכטן אז כך גזרה חכמתו - איז די פאסיגטע קלארע מהלך ווי אזוי זיך צו קענען מחזק זיין על להבא).

איך דארף נישט קיין קללות און שעלטונגען, כ'האב נאר געשריבן מה ששמעתי מהנ"ל שליט"א, וישמע חכם ויוסיף לקח. (דער מו"ה שליט"א האט מיר מוסיף געווען אז אויב הגאון רבי יעקב מאיר שליט"א זאגט עפעס דערקעגן וויל ער גארנישט זאגן. והי' עוד לפני הפרסום של הס' ובחרת בחיים).


אינטערעסאנט אז איך האב דאס זעלבע געטראכט לפע"נ דעתי הקלושה. איך האב געליינט דעם ספר א צייט צוריק נאך איידער איך האב געהערט עפעס האקענישן דערגעגן, און איך האב אזויפיל חיזוק באקומען דערפון אז איך האב געשפירט פאר א פליכט דאס אנצו'שדכ'ענען פאר נאך עטליכע מענטשן, וואס איך ווייס זיי קענען נוצן חיזוק. און ביודעי ובמכירי קאמינא, איך קען אידן וואס זענען שוין געווען בשפל המצב און דער ספר האט זיי אויפגעהויבן. ס'איז קלאר אז אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי', און ווייל ער איז נישט אויפגעוואקסן אין אונזער חדר וואו מען האט געהאקט אויף ציונות און מסביר געווען די קליפה דערפון איז ער דאך זיכער נישט שולדיג, און אפשר וועט ער נאך אמאל קומען צום שכל נאכן איינזעהן די זינלאזיגקייט פון די גאנצע מדינה של גיהנם. אבער השי"ת איז זיכער מקבל א נחת רוח פון זיין עבודה און פון זיינע ספרים לדעתו.

אבער לענינינו, איך האב שוין געזעהן די בחינות טאקע אין ספרי ר' צדוק מיט יארן צוריק, וואס האט מיר אויך געגעבן חיזוק. קיינער זאגט נישט אז מען זאל נישט חרטה האבן אויף די עבירות, חס מלהזכיר! מען רעדט נאר אז א מענטש קען ח"ו אריינפאלן אין א דעפרעסיע און טיפע עצבות ויאוש ווען ער מאכט זיך א חשבון הנפש אויף זיין עבר, אויף דעם ארויף שרייבט ר' צדוק אז א מענטש איז מחוייב צו גלייבן אז מה דהווה הוה, אלעס וואס איז געווען ביז אהער האט השי"ת געוואלט דו זאלסט טון, דו זאלסט אנקומען אין דעם טיפן בלאטע כדי פון דא זאלסטו אלעס מתקן זיין, און טאקע תשובה טון, נישט איגנארירן! סך הכל זאגט ער אז מען זאל טאקע יא תשובה טון אבער נאר בשמחה און נישט מיט עצבות אדער יאוש ח"ו.

בשעת איך האב עס געליינט אין "אמונה גארטן" האב איך זיך דערמאנט פון די ווערטער פון ר' צדוק זצ"ל. איך האב עס אנגענומען מיט פארשטענדעניש. איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס "דער איד" און אנדערע האקן דערויף. אבער אז הייליגערע אידן פון מיר האקן דערויף, ווער בין איך קליין קעפעלע צו זאגן אנדערש. זעהט אויס אז היינטיגע צייטן האבן מיר נישט דעם כח פון "תוכו אכל וקליפתו זרק". און אויך נישט פון "הוי מקבל את האמת ממי שאמרו". אזא ספר וואלט טאקע געדארפט האבן א הסכמה פון לכה"פ איינס אדער מערערע ערליכע אידן. ובטלה דעתי הקלושה והעני' כנגד דעת התורה של גדולי וצדיקי עולם, כאטש איך פארשטיי נישט.


אפשר צייכענסטו צו דעם ר' צדוק ז"ל.

שטארק זיך, אפשר ביזטו מסביר מיט וואס ארוש איז זיכער גענויגט צו נוצרות?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 4:28 pm
דורך שמעק_טאביק
איך געדענק נישט יעצט גענוי, דוכט זיך ערגעץ אין ספרת "תקנת השבים".

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 4:38 pm
דורך שאהן הענניטי
כשאהן ועוד לטענצל וויל איך מוסיף זיין מ'זאגט א טייטש דאכצעך פון בעש"ט הק' "אם תקום עלי מלחמה בזאת אני בוטח" אז ווען מ'זעהט אז דער בעל דבר איז זיך מתגבר ווייסט מען דערפון אז מ'איז זייער וויכטיג פאר אים. די זעלבע איז אויך ווי גרעסער דאס התגברות היצר איז אויף עפעס ווייסט מען פון דעם ווי וויכטיג דאס איז פאר אים דיך מכשיל צו זיין אין דעם ענין.
מ'ווייס מער ווי שווער ס'איז נאך אן עבירה די ריקאווערי פשוט ביז מ'קען זיך נעמען פריש דאווענען און לערנען איך רעדט שוין נישט פון קיין גרויסע עבירות נאר אפי' ווען ס'רעדט זיך פון א קלענערע עבירה וויפיל מאל מוטשעט מען זיך מ'קען זיך נישט אפירקראצן מ'האלט נישט ביים דאווענען און לערנען ווייל מ'איז דאך א חוטא, און אויף דעם איז דא א געוואלדיגע התגברות היצר וואס מאכט צודרייט ווי מער צו זיך אונטעררייסן פאר די עבירה, לכאורה איז דאס אויך א ראיה אז ס'איז יצא הפסדו בשכרו

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 6:39 pm
דורך יוסף שרייבער
האביך יעצט געכאפט א היטש מיט א איד, יענער האט אינמיטען וועג אנגעצינדען א טעיפ פון ר' שלום ארוש און דאס וואס איך האב געהערט.

אלעס אין די וועלט איז אמונה, ווער עס גייט עם גוט איז נאר ווייל ער האט אמונה און סיי וועלכע שלעכטע זאך אויפען וועלט איז נאר א חסרון אין אמונה און ווייל יענער מאכט נישט התבודדות.

ער זאגט אפשר צוויי טויזענט מאל די ווארט אמונה במשך פון פופצען מינוט בלי גוזמא.

אומן הייסט אומן ווייל עס נעמט זיך פון אמונה.

וויאזוי קען מען זוכה זיין צו אמונה? דורעך הערען יעדען איינציגען טאג שלום ארוש נאכאמאל און נאכאמאל.

די וועג צו אמונה איז דורעך קויפען און פארשפרייטען די קאסעטעס פון שלום ארוש צו אלע בני משפחה, באקאנטע, און סיי וועם מען טרעפט.

ווער עס וויל האבען די ריכטיגע אמונה זאל אוועקגעבען זיין גאנצע געלט און טיילען דערמיט קאסעטלעך ביי די הייוועי (צומתים).

דערנאך וואס ער געבט אוועק זיין גאנצע געלט און ער וויל זוכה זיין צו מער אמונה איז די עצה דערצו ער זאל גיין נאך געלט כדי ער זאל זאל קענען קויפען און פארשפרייטען די קאסעטעס נאך און נאך לכל עם ישראל.

עס איז א חיוב אויף יעדען צו טוהן כל מה שביכלתו צו פארשפרייטען די קאסעטעס און דאס וועט ברענגען די גאולה.

די גרויסע זכות פון די ישיבה קטנה בחורים דמוסדות חוט של חסד וואס שטייען אין די היץ און אין די קעלט בצומתים וברחובות זיכער צו מאכען אז ווי מער אידען הערען די קאסעטעס.

ביים סוף קומט ארויף א צווייטע וואויס באגלייט מיט מוזיק וואס באמבעט איבער און איבער אריין די נאמערען ווי מען קען רופען צו באשטעלען קאסעטעס, אוועקגעבען די גאנצע געלט און תורם זיין להפצת הקאסעטעס.

נאכאמזל דער איז האט עס נאר אנגעצינדען אינמיטען וועג ווייל איך האב געשפירט ווי איך שפרינג ארויס פן מיין הויט פון די ברעינוואשינג (עס שיינט צו זיין א אינערליכע שיעור פאר מקורביו).

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 8:19 am
דורך msp
הערט זיך כמעט ווי די נ-נח-עס...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 12, 2014 9:19 am
דורך תמהואומר
כלל גדול פון דעם הייליגן שומר אמונים זי"ע (אגרות שומר אמונים)
ווער עס מאכט זיך א מהלך אן א רבי'ן, ווערט אדער א משוגע'נער אדער א מנהיג שקר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2014 7:58 am
דורך msp
ודברי פי חכם חן

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 18, 2014 11:56 pm
דורך משנה מקום
msp האט געשריבן:ודברי פי חכם חן

און די מציאות האט אויפגעוויזען מאל נאך מאל אז עס איז אמת

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 12:02 am
דורך AHA
תמהואומר האט געשריבן:כלל גדול פון דעם הייליגן שומר אמונים זי"ע (אגרות שומר אמונים)
ווער עס מאכט זיך א מהלך אן א רבי'ן, ווערט אדער א משוגע'נער אדער א מנהיג שקר

יוי איז דאס אמת.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 7:43 am
דורך דעפרעסט
פליז... ווייסט אפשר פון וואו דער הייליגער שומרי אמונים האט גענומען זיין דרך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 9:35 am
דורך דעפרעסט
לגופו של ענין, האט ארוש בכלל נישט מחדש געווען א "נייע מהלך", ער רעדט אסאך פון אמונה און אביסל פון התבודדות, אור - אלטע באגריפן ביי דאס אידישע פאלק.

און לגבי רבי יוסל'ס פראבלעמען אז ער רעדט פון פארשפרייטן זיינע סידי'ס, נו, מען קען אייך אנצייגן גענוג חשוב'ע אדמורי"ם ביי כלל ישראל וואס רעדן כסדר פון זיך און מוטיגן צו פארשפרייטן זייער לערע, באמת האט עס אבער היפש צוטון מיט די ספרדי'שע מענטאלעטי, אזוי זענען זיי די ספרדים, זאכן גייען שנעל ארויס פון פראפארציע און זיי רעדן דערפון מיט עקסטאז, ס'איז א טבע וואס מאכט זיך ביי די שענסטע און בעסטע פון זיי ותו לא מידי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 2:03 pm
דורך תמהואומר
דעפרעסט האט געשריבן:פליז... ווייסט אפשר פון וואו דער הייליגער שומרי אמונים האט גענומען זיין דרך?



דער הייליגער שומר אמונים איז געווען א תלמיד מובהק פון דעם הייליגן בלאזשובער רב זי"ע דער צבי לצדיק, וואס האט אים געהייסן ווערן א רבי, און פירן זיין עדה על פי דרכו

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 2:05 pm
דורך תמהואומר
דעפרעסט האט געשריבן:לגופו של ענין, האט ארוש בכלל נישט מחדש געווען א "נייע מהלך", ער רעדט אסאך פון אמונה און אביסל פון התבודדות, אור - אלטע באגריפן ביי דאס אידישע פאלק.

און לגבי רבי יוסל'ס פראבלעמען אז ער רעדט פון פארשפרייטן זיינע סידי'ס, נו, מען קען אייך אנצייגן גענוג חשוב'ע אדמורי"ם ביי כלל ישראל וואס רעדן כסדר פון זיך און מוטיגן צו פארשפרייטן זייער לערע, באמת האט עס אבער היפש צוטון מיט די ספרדי'שע מענטאלעטי, אזוי זענען זיי די ספרדים, זאכן גייען שנעל ארויס פון פראפארציע און זיי רעדן דערפון מיט עקסטאז, ס'איז א טבע וואס מאכט זיך ביי די שענסטע און בעסטע פון זיי ותו לא מידי.



אפשר צייגסטו אן איין חשובער אדמו"ר? ס'איז דא איינער צוויי [וא"א לפרוט בשמותם כי רבים הם החסידים שלהם וד"ל] און ביי זיי גילט אויך דער כלל פון שומר אמונים

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 2:26 pm
דורך שצם_חנכל
הרבי מסאטמאר זצ"ל בעל דברי יואל
אה, יעצט כאפעך אז דעיס האסטו געמיינט צוזאגן אז סי דרייען זיך דא אסאך חסידים

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 2:33 pm
דורך תמהואומר
שצם_חנכל האט געשריבן:הרבי מסאטמאר זצ"ל בעל דברי יואל
אה, יעצט כאפעך אז דעיס האסטו געמיינט צוזאגן אז סי דרייען זיך דא אסאך חסידים



אויב זענען דיינע רייד געוואנדן צו מיר, פארשטיי איך נישט קיין מלה אחת