בלאט 1 פון 1

ספרי חינוך = אידיש/ENGLISH

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 11:44 am
דורך bailout
אויב קען איינער זיך מנדב זיין און אנצייגן וועלכע ספרי חינוך עס איז דא אויף די אידישע שפראך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 8:17 pm
דורך והוא פלאי
לכאורה מיינט ער ספרים פיל מיט חינוך הדרכה, א שטייגער ווי אין די מעלות, אדער ווי שטערנליכט און דער יוד,
עס איז געווען מיין פעיווארט אלס יונגעל צו אנאלזירן צו מיין טאטע פאלגט דער אידישער ליכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 8:58 pm
דורך קארל
איינס וואס פאלט מיר יעצט ביי: "נישט מיט כח, נאר מיט מח", פון ר' זושא האנשטעטער פון אנטווערפן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 5:12 am
דורך bailout
קארל די ביזט דאך א שטיקל וויזויהייסטעס;

אויב האסטו עס שוין געזען וויל איך וויסן אויב ס'איז רעקאמענדירט, איך פרעפער צו האבן פון א פריערדיגן, אבער יש''כ עניוועי.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 7:50 am
דורך קארל
כ'האב נישט דורכגעלייענט דאס גאנצע; בלויז אביסל געבליקט דא-דארט פאר עטליכע יאר צוריק. בשעתו האט עס מיר אויסגעזען גאנץ פיין, כאטש זיין שפראך איז היבש אייגנארטיג און מעגליך שווער צו פארשטיין פאר א סך.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:20 pm
דורך ביקסאד
מדברי bailout זעהט אויס אז ער זוכט נאר פון עהרליכע מקורות, נישט פון א שטודירטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 12:57 pm
דורך קארל
בדברי "בעילאוט" האב איך באמערקט א "יישר כח" פאר'ן פרובירן אים ארויסצוהעלפן; בדברי ביקסאד זע איך אן אגענדע קעגן הרב האנשטעטער, וועמען איך קען בכלל נישט, ווי אויך בין איך נישט באקאנט מיט זיינע שיטות, אבער איך ווייס אז ער ווערט רעקאמענדירט דורך ערליכע רבנים.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 2:06 pm
דורך ביקסאד
דער נאר זאל ארויס גיין פון מקוה . . .

יאך האב נישט דייקא געציהלט אויף האנשטאטער [קאן זיין אויף איהם אויך],
נאר געוואלט באווארענען פון פאר-אויס אויף אנדערע [היימישע] בוך פאר-פאסערס.
לגבי רעקאמענדאציעס פון רבנים וועלען מיר אצינדער [נאך] נישט ראגירן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 3:28 pm
דורך שטארק זיך
האנשטאטערס בוך איז מער אן אינפארמאציע קוואל, ווי איידער א למעשה'דיגע ווערק.

און ווי קארל שרייבט, זיין שפראך איז אומגעווענליך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:30 am
דורך bailout
ביקסאד האט געשריבן:מדברי bailout זעהט אויס אז ער זוכט נאר פון עהרליכע מקורות, נישט פון א שטודירטן.
bailout האט געשריבן:איך פרעפער צו האבן פון א פריערדיגן, אבער יש''כ עניוועי.


למעשה האב איך זיך אביסל ארומגעקוקט אין ספרים געשעפט דאס האט מיר געצויגן.
איך האב עס געקויפט פאר די שטוב, ארויסצוהאבן א מהלך אויף כל מיני מצבים מיט די קינדערלעך קע''ה, וואס ער האט מיר אויסגעקוקט צו זיין דיטעילד מיט טיפס און עצות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:32 am
דורך bailout
גראדע האב איך דארט אויך געזען א בוך פון די שמועסן פון ר' מתתי' סאלמאן שליט''א אויף חינוך, אין די ענגלישע שפראך, הלואי וואלט געווען אזאנע תוכנ'פולע ספרים אין אידיש, גערעדט צו די היינטיגע דור, וויאזוי מען בלאזט אריין א זיסקייט אין תורה אין מצות אין די קינדער. איך רעד שוין נישט ווי ער שטעלט אומדירעקט די עלטערן אויפן פלאץ...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:34 am
דורך טרעגער
בעילאוט עס איז לעצטענס ארויסגעקומען א בוך מיט'ן נאמען קידס וויל בי קידס kids will be kids
פון א געוויסע פרוי מיט יארן עקספיריענס אין די פעלד פון קליינע פראבלעמען מיט קליינע קינדער, איך ווייס נישט ווי טיף עס איז, אבער איך מיין אז גאנץ גוט

דערנאך איז דא אן אלט ביכל פון פרוי סמיט, די ווייב פון האנארעבל דזשאדש דעיוויד סמיט, זי איז א לאנגיאריגע טעראפיסט, דוכט זיך אז זי קומט קיין וויליאמסבורג אויך וועכענטליך, עס הייסט א גוטע בוך. איך דענק נישט כרגע דעם נאמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:36 am
דורך קארל
bailout האט געשריבן:גראדע האב איך דארט אויך געזען א בוך פון די שמועסן פון ר' מתתי' סאלמאן שליט''א אויף חינוך, אין די ענגלישע שפראך, הלואי וואלט געווען אזאנע תוכנ'פולע ספרים אין אידיש, גערעדט צו די היינטיגע דור, וויאזוי מען בלאזט אריין א זיסקייט אין תורה אין מצות אין די קינדער. איך רעד שוין נישט ווי ער שטעלט אומדירעקט די עלטערן אויפן פלאץ...

זאת ועוד, דער בוך איז געשריבן געווארן דורך דעם פענאמענאלן שריפטשטעלער הרב יעקב יוסף ריינמאן (אויך באקאנט מיט זיין פען-נאמען "אבנר גאלד") פון לעיקוואוד, וועלכער לערנט בחברותא מיט הגאון ר' מתתיהו.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 31, 2010 6:42 am
דורך טרעגער
בעל מחבר ספר שופרא דשטרא.