בלאט 1 פון 1

אוצר החכמה, יעצט אנליין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 3:59 pm
דורך פינטעל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 4:36 pm
דורך שטארק זיך
פשט?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 5:00 pm
דורך פונקטליך
ער לאזט דיר נאר קוקן 40 פעידשעס פון א ספר אויך געט ער דיר נישט אלע רעזאלטס ווען די מאכסט א סיערטש, ער געט דיר עס נאר פאר פרי אז די זאלסט ווערן דארט אימבאקוועם און זאלסט קויפן מעמבערשיפ וואס דעמאלטס קענסטו אלעס האבן אנליין וואס דאס האבן זיי שוין געהאט ביז יעצט אויך,
די בעסטע איז http://www.hebrewbooks.org וואס האט אויך בערך די זעלבע סך ספרים (כמעט 42,000) און איז גענצליך בחנם אפילו צו דאנלאודן, זיינע געסקענטע ספרים זענען אויך אסאך קלארער, זיין הארדרייוו (פאר ווער עס וויל עס ניצן אן אינטערנעט) קאסט נישט מער ווי $100 וואס די זעלבע ביי אוצר החכמה קאסט א ערך פון $2,000.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 7:57 pm
דורך שמערי בערי
מ'אט שוין גערעדט דערפון. שמעלצרס אהער

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 8:05 pm
דורך פונקטליך
אין דעם אשכול רעדט מען פון אוצר החכמה אבער נישט ממש וואס דא שטייט

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 8:08 pm
דורך יהיה כן
שמערי בערי האט געשריבן:מ'אט שוין גערעדט דערפון. שמעלצרס אהער



מיר האבן שוין מערערע אשכולות וועגען די שמעלצער'ס (מעומקא דליפא ליפא וכו')

עניוועי לגופו של ענין
יש בזה מה שאין בזה ויש בזה מה שאין בזה, [בפרט בספרים החדשים שאוצר החכמה רבה על היברוי בוקס כמה וכמה פעמים] וירא שמים יוצא ידי שניהם.....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 8:35 pm
דורך לב טוב
פונקטליך האט געשריבן:די בעסטע איז http://www.hebrewbooks.org וואס האט אויך בערך די זעלבע סך ספרים (כמעט 42,000) און איז גענצליך בחנם אפילו צו דאנלאודן, זיינע געסקענטע ספרים זענען אויך אסאך קלארער

זעט אויס אז די האסט נישט צופיל גענוצט HEBREW BOOKS ווייל ווער סנוצט עס ווייסט אז זיינע ספרים זענען נישט גוט געסקענט, און אויך האבן זיי בעיקר נאר די אלטע דרוקן פון די ספרים, אינדערצייט וואס אוה"ח האט עפ"י רוב נייע דרוקן

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 9:05 pm
דורך שמערי בערי
מסכים מיט לב טוב, כ'האב זייער דיסק (ס'קאסט בערך א מאה), און ס'איז ווייט נישט אזא געלונגענע ארבעט ווי אוה"ח. ספעציעל די סערטש ענדשין

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 9:30 pm
דורך לאז געמאכט
יא געט וואט יא פעיד פאר

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 9:40 pm
דורך שטארק זיך
לאז געמאכט, איך דיסעגרי.

קודם איז היברו בוקס' ocr search זייער אפט מער אקוראט ווי אוצר החכמה.

אויסערדעם - אפילו אוצר החכמה איז בעסער - איז היברו בוקס פארט אן אוצר נפלא, א ספרים שאפע וואס דער גרעסטער זאמלער האט אמאל נישט געקענט פארמאגן, און דאס אלעס, פאר אומזיסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 05, 2010 9:52 pm
דורך imzist
ביי אוצר החכמה, על כל פנים דא אנליין, נעמט א יאר אין א מיטוואך ווי לאנג עס לאודט זיך די פאר אויסגעבעטענע 40 פעידזשעס

אוצר החכמה - יעצט זייער ביליג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 20, 2010 3:40 am
דורך זיידענע בעקיטשע
יעצט גייען אוצר החכמה ארויס מיט גאר ביליגע פרייזן אויף דריי וואכן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 21, 2010 6:02 am
דורך לאז געמאכט
שטארק זיך, איך אגרי מיט דיר אז ס'איז א אוצר נפלא אין איך נוץ דעס נישט אוצר הכחמה ווייל דאס איז אומזינסט, באט די כלל יא געט וואט יא פעי פאר גילט דא אויך... די באצאלטע איז פיל בעסער.

אז מ'שרייבט שוין, איך כאפ נישט פונקט פארוואס אוצר דארף אזוי שטארק עדווערטייזן צו די ברייטע גאס, לויט ווי איך פארשטיי איז דאס געמאכט פאר מו"ל און שרייבער'ס, כ'גלויב שווער אז א עמך איד זאל צאלן אזויפיל געלט, ווייל ער וועט אמאל דארפן אויפזוכן עפעס א ספר... קען זיין כ'האב א טעות, און דאס איז טאקע די ציל פון די עד'ס צו ברענגן עמך אידן צו קלערן אז ז'ברויכן עס יא.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 18, 2010 5:01 am
דורך קנאק אריין
פארוואס קען מען נישט עפענען א ספר אויף hebroow books נאר אז מלאוד עס דאון?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 18, 2010 5:15 am
דורך ווארד2007
לאז געמאכט
עמך איד ווייס איך נישט, אבער קלאר אז אפילו פאר שרייבערס און מו"ל ומחברי ספרים פעלט אויס א אדווערטייזמענט מען זאל עס וועלן נעמען, ווייל פונקט ווי מען קען נישט מסביר זיין פאר א סומא א קאליר, קען מען נישט מסביר זיין פאר א מו"ל וואס פעלט אים ווען ער האט נישט אוצר החכמה.

ווייל ווי פארשטענדליך ווען מען רעדט פון מו"ל מיינט מען דאך תלמידי חכמים וידענים, און ס'פאלט נישט ביי וויפיל מען קען מרויח זיין מיט אוצר החכמה, צייט און מוח און ידיעות.

און די זעלבע איז לאו דוקא מו"ל ומחברי ספרים, נאר אויך תלמידי חכמים מרביצי תורה ודרשנים וואס קוקן זיך פאר מיט דעם שיעורים צו אנדערע זאכן פשוט להרחבת הידיעות.

און זאל זיך נישט איינרעדן טאקע דער סתם עמך איד אז מיט דעם ווערט מען א ת"ח, ווייל מען דארף ווי פארשטענדליך וויסן וואס מען זוכט און ווי אזוי מען זוכט

איך האב יארן געטון מיין ליין אן דעם, און נאר גאר א גוטע אדווערטייזמענט האט מיר באוואויגן עס צו קויפן, ומעיד אני עלי אז פאר די סיבה וואס איך האב עס געקויפט, האט זיך פולקאם אויסגעצאלט נאך א יאר עס נוצן, די איבריגע איז שוין כולו ריוח.

איך פרוביר צומאל נוצן היברוי באקס, אבער ס'איז אינו דומה, סערטשן קענסטו נישט געהעריג, נישט גוט געסקענט טרעפט זיך ביי ביידע, סך הכל האבן ביי ביידע בני אדם עס געסקענט און נישט קיין מלאכים.