בלאט 1 פון 1
זכרונות פון מאה שערים
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 07, 2010 7:47 pm
דורך שוועמל
כ'אב נארוואס געזען א צעטיל וואס מעלדעט איבער א נייער בוך, מיט העכסט היסטארישע בילדער פון מאה שערים, ארויסגעגעבן דורך ר' יוסף משה יאקאב הי"ו.
ר' יוסף משה איז וואויל באקאנט צווישן די תושבי וויליאמסבורג, ער איז אריגינעל פון ירושלים און האט זיך לאנגע יארן באזעצט אין די בעדפארד גארדענס, ביז בערך א יאר-צוויי ווען ער איז ווידער ארויף קיין ארץ הקודש.
אצינד נוצט ער אויס זיינע פעאיגקייטן און גיבט ארויס דער אינטערעסאנטער בוך.
ער שרייבט (מזכרון.)
"אזויווי עס קאסט פול געלט צו דרוקן דעריבעט נעמט ער מעות קדימה 75, פרענומעראנטן 50, לע"נ 40. עס איז אסך געלד אבער קען זיין פאר די וואס עס איז אינהאלטספול וועט זיך לוינען."
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 07, 2010 8:54 pm
דורך שוועמל
אצינד האב איך ערהאלטן א לינק קיין בח"ח מיט קלארע דעטאלן.
קרעדיט ביקסאד.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... rum_id=771
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 9:11 am
דורך מאטעס
פתגם ידוע, בשטיבלך מא"ש תלו פעמון שברגע שיכנס בן אדם שפוי זה יצלצל, בינתיים זה אף פעם לא צילצל...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 9:16 am
דורך מיללער
חחח, נהניתי ר' מאטעס
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 3:21 am
דורך סלונימער
מאטעס,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 15, 2010 9:16 am
דורך חרמש בקמה
אז איך האב באמערקט די הודעה פון מאטעס בין איך שטארק באליידיגט געווארן, און איך בין שנעל געלאפן קיין שטיבלאך און טאקע געפינען דארט דעם זייגער, בין איך ארויף אויפן בענקל און געגעבן א ציה דעם גלעקל אלס סימן אז איך בין אריין-געקומען. אבער ווי איך שטיי אזוי אויפן בענקל הער איך אן הייזעריגן שטים רופט זיך אן: "קוק עם אָנֶעט דעם שייטֶה, דו גייסט שנעלער אראפ פון דארט!".
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 10:48 am
דורך קליקו
דא איז דא הערליכע בילדער
פון 'יהונתן לוירר'
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 21, 2011 1:47 pm
דורך שאלת_חכם
שוועמל האט געשריבן:כ'אב נארוואס געזען א צעטיל וואס מעלדעט איבער א נייער בוך, מיט העכסט היסטארישע בילדער פון מאה שערים, ארויסגעגעבן דורך ר' יוסף משה יאקאב הי"ו.
ר' יוסף משה איז וואויל באקאנט צווישן די תושבי וויליאמסבורג, ער איז אריגינעל פון ירושלים און האט זיך לאנגע יארן באזעצט אין די בעדפארד גארדענס, ביז בערך א יאר-צוויי ווען ער איז ווידער ארויף קיין ארץ הקודש.
אצינד נוצט ער אויס זיינע פעאיגקייטן און גיבט ארויס דער אינטערעסאנטער בוך.
ער שרייבט (מזכרון.)
"אזויווי עס קאסט פול געלט צו דרוקן דעריבעט נעמט ער מעות קדימה 75, פרענומעראנטן 50, לע"נ 40. עס איז אסך געלד אבער קען זיין פאר די וואס עס איז אינהאלטספול וועט זיך לוינען."
ר' יוסף משה פלעגט נישט וואוינען דא, ער פלעגט נאר דא זיין ווינטער ווען ער פלעגט ארבעטן פאר ר' נחמן בראך'ס מצה בעקעריי
למעשה איז די בעקעריי אפגעשפארט האטער מחליט געווען ארויסצוגעבן א בוך