בלאט 1 פון 1

שגיאות מי יבין - טעותי הדפוס

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 9:04 am
דורך פרעגער
farshlufen האט געשריבן: תשוח"ח להם פאר די מו"ל פון די "עוז והדר" ש"ס וואס האבן אריינגעלייגט א שווערע ארבעט אין די קדשים מסכתות און אהערגעשטעלט א הערליכער ארבעט אז עס איז ממש פנים חדשות באו לכאן, עס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי מען קען לערנען אין די ווילנא דרוק אדער אין די היינטיגע איבעגעזעצטע ש"ס'ן וואס זענען נאכגעדרוקט פון דעם ווילנא ש"ס אין א בחינה פון כסיל בחושך הולך.


צו וועמען דארף מען זיך מעלדן, און וואס באדארף מען צו טוהן, אויב מען טרעפט א טעות (חסרות ויתרות) אין די ש"ס פון עוז והדר?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 12:16 pm
דורך יהיה כן
הרב פרעגער
אפשר טיילט איר מיט מיטן עולם דא דעם 'טעות' וואס איר האט געטראפן
אולי איז עס גאר קיין טעות נישט
ס'וואלט געווען גאנץ אינטערסאנט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 12:45 pm
דורך פרעגער
יהיה כן האט געשריבן:הרב פרעגער
אפשר טיילט איר מיט מיטן עולם דא דעם 'טעות' וואס איר האט געטראפן
אולי איז עס גאר קיין טעות נישט
ס'וואלט געווען גאנץ אינטערסאנט


מסכת פסחים דף קט. תניא אמרו עליו על ר' עקיבא מימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד
נוסח עוז והדר: תניא אמרו עליו על ר' עקיבא ימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 24, 2010 12:58 pm
דורך יהיה כן
אין מיין עוז והדר גמרא (וואס איז אריינגעשטעלט אין אוצר החכמה) איז שוין אין ארדענונג דער גרייז

שגיאות מי יבין טעותי האשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 10:05 am
דורך חרמש בקמה
טעויות און נישט טעותי.
מען דערציילט אז בן יודקה - פארפאסער פון עברית האט זיך געהאלפן דורך די תלמידי חכמים אין ירושלים, ווי למשל ר' יעקב אורנשטיין און אנדערע. בן יודקה האט מקפיד געווען צו רעדן בלויז עברית, געווען אמאל וואס ער האט זיך געדינגען מיט איינער פון זיי, אזוי דינגענדיג זיך רופט ער זיך אן צו יענעם: הינך מדבר שטותים, האט איהם יענער אפגעענפערט מעגליך אז איך רעד שטותים אבער דו רעדסט שטויות...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:10 am
דורך farshlufen
דעם יו"ט האב איך געזען אין איינע פון די פילע איבערגעזעצטע דרוקן פון קדושת לוי, ערגעץ ביי די פסח תורות האבן זיי אויפגעעפנט א ר"ת פון ש"ע אויף שמונה עשרה אשטאט שמיני עצרת, א"כ בין איך מוחל זייערע טובות, לאזטס בעסער די ר"ת ושלום על ישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 13, 2010 8:56 am
דורך פרעגער
farshlufen האט געשריבן:דעם יו"ט האב איך געזען אין איינע פון די פילע איבערגעזעצטע דרוקן פון קדושת לוי, ערגעץ ביי די פסח תורות האבן זיי אויפגעעפנט א ר"ת פון ש"ע אויף שמונה עשרה אשטאט שמיני עצרת, א"כ בין איך מוחל זייערע טובות, לאזטס בעסער די ר"ת ושלום על ישראל.


וואס קען מען טוהן אז די קאמפיוטער האט ריפלעיס"ט אלע ראשי תיבות אויף איין מאל..........

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 4:57 pm
דורך ישלהוסיף
פרעגער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: תשוח"ח להם פאר די מו"ל פון די "עוז והדר" ש"ס וואס האבן אריינגעלייגט א שווערע ארבעט אין די קדשים מסכתות און אהערגעשטעלט א הערליכער ארבעט אז עס איז ממש פנים חדשות באו לכאן, עס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי מען קען לערנען אין די ווילנא דרוק אדער אין די היינטיגע איבעגעזעצטע ש"ס'ן וואס זענען נאכגעדרוקט פון דעם ווילנא ש"ס אין א בחינה פון כסיל בחושך הולך.


צו וועמען דארף מען זיך מעלדן, און וואס באדארף מען צו טוהן, אויב מען טרעפט א טעות (חסרות ויתרות) אין די ש"ס פון עוז והדר?


די מערסט אזוינע טעותים קען מען טרעפען די שולחן ערוך הרב יו"ל ע"י עוז והדר
ברכת יש אומרים אנשטאט ברכת י"א [הכוונה על השיבה שופטינו]
רבינו חס ושלום במקום חיים ויטאל
ברכת ידי חובתו אנשטאט ברכת שמונה עשרה

ביים צענזור האבען זיי אויך אויסגעמעקט 'פאה נכרית'...

לא באתי כי אם להוספה

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 4:35 pm
דורך scy4851
און דער 'חברותא' גמרא מסכת ראש השנה און די הגהות פון אינטערען פירוש האט מיך געבאדערט פארוואס איך כאף נישט וואס זיי זאגען. עטליכע מאל איז געשטאנען די ווערטער 'כל שהוא' און עס האט נישט געמאכט קיין סענס.
ביז איך האב אויסגעבראכען און געלעכטער ווען איך האב געכאפט וואס זיי ווילען.
דער ווער עס האט געשריבען די הגהות האט געוואלט שרייבען 'כתוב שם' און געמיינט האט ער דער ספר 'כתוב שם' פון ראב"ד השגות אויפען בעל המאור.
געשריבען האט ער די ר"ת כ"ש. דער בחור הזעטצער האט נישט פארשטאנען און ער האט מפענח געווען די ראשי תיבות, 'כל שהוא'

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 9:05 am
דורך msp
איך האב אמאהל געהערט אז די צענזארען זענען נישט געווען די גרויסע יודעי ספר
נאר זיי האבען געוויסט אז
מין
ערל
האט געדארפט געטוישט ווערען אויף עכו"ם
איז ארויסגעקומען א חומש ווי משה זאגט ואנכי עכו"ם שפתיים
און א ספר מיט עכו"ם קטניות

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 2:44 pm
דורך שמן למאור
ווען זיי וואלטן געווען היינטיגע צייטן נישט מער געדאכט וואלט דאס לכאורה פאסירט, זיי וואלטן געמאכט א פיינד ריפלעיס
כעין די עובדא פון כדת יואל וישראל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 10:13 pm
דורך ים רויבער
איך יעצט געלערענט אין מס' סנהדרין דף מא. גאץ אינטען, זאגט דארט די גמרא "דאי ס"ד רבן יוחנן בן זכאי קרי ליה ר' בן זכאי" לכאורה איז די ר' א טעות אין ס'דארף שטיין "רבי"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:21 am
דורך ווילוויסן
מיינסט זיכער אז ס'דארף שטיין "רבן". מ'קען זיך מדחיק זיין אז דאס מיינט טאקע דער "ר'" במקום "רבן".
די כותבים האבן געדארפט אין אזא פאל ווי דא מדייק צו זיין נישט צו שרייבן בקיצור -ר'- וואס איז געווענליך במקום "רבי". נאר ארויסשרייבן "רבן" ווייל דאס מיינט די גמרא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:50 am
דורך ווילוויסן
און איינע פון די פריעסטע מאנוסקריפטן פונעם תלמוד געשריבן אין יאר ד' אלפים תתקל"ז, וואס געפינט זיך אינעם ביבליאטעק פון שטאט פלארענס אין איטאליע, Biblioteca Nazionale Centrale di Firenze

שטייט דארט די גירסא "רבן".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:10 am
דורך ווילוויסן
אבער אין די מינכענע מאנוסקריפט געשריבן אין יאר ה' אלפים ק"ג, [וואס איז די איינציגסטע פריע כתב יד וואס אנטהאלט גאנץ ש"ס] שטייט שוין אזוי ווי אונזער גירסא.
-ר' בן זכאי-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:12 am
דורך ים רויבער
איך האב פארשטאנען רבי = רבי יהודא הנשיא
רבן זכאי שטימט זיכער נישט