בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 8:35 pm
דורך סיגוט
נאך א פראבלעם אז ער האט די איזראעלי סגנון פון שרייבן נישט קיין היימישע לשה"ק למשל די אופן פון באטיטלען רבנים באקאנטע גדולים שנקראו ע"ש ספריהם און ער רופט זיי ביים נאמען צומאל מחמת חסרון ידיעה ביי רבנים מיט צוויי נעמען ניצט ער נאר איין נאמען בזמן וואס זיי זענען געווען באקאנט מיט ביידע נעמען און איך קען נישט אויסרעכענען נאך ביישפילן ווער עס האט געליינט זיינע מאמרים פארשטייט וואס איך מיין.
אבער איך טוה נישט קריטיקירן די מהלך פון זיין שרייבן ווי ער לייגט אראפ א גוטן ארבייט ותשוח"ח לו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 12:33 am
דורך סביב העולם
יהיה כן האט געשריבן:דא אין וויליאמסבורג האט ער אויך געזאגט די זעלבע, עס איז על אתר געווען א יונגערמאן א גרויסער מומחה און עופות (ער האדעוועט אליינס א פארם שוין פאר די לעצטע 15 יאר) ער האט עם אפגעוואנדן מיט אסאך נקודות בנוגע די עופות בזמנינו
נאכן שיעור האבעך מיך באדאנקט פאר דעם אינגערמאן פארן איינשפארן מיר ח"ו ארויס ווארפן א גאנצן פריזער מיט טשיקן........
(אויב ווילסטו וויסן ווער דער יונגערמאן איז פרעג מיך אין אישית)
דו רעדסט אין בית המדרש בית שמואל אין ניי ויליאמסבורג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 01, 2011 12:35 am
דורך קרעמער
יא, ר' סביב העולם
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 9:54 am
דורך יוראפ
פרישע מאמר על פרשת השבוע (וישלח תשע"ב) 'מעשה הריגת עיר שכם'
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 09, 2011 1:08 pm
דורך קרעמער
יישר כח, דער פרינטער טוהט יעצט זיין ארבעט
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 11:29 am
דורך יהיה כן
ווי קען מען דאס באקומען? בליץ פאסט אדער איממעיל?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 11, 2011 5:19 pm
דורך קרעמער
יישר כח ר' יחיאל פאר די עונג שבת וואס איר האט מיר פארשאפט מיט די 14 בלעטער'דיגע מאמר וואס איז אפגעליינט/געלערנט געווארן בנשימה אחת צווישן דעם טשאלענט און די שלש-סעודות בילקע
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 10:43 pm
דורך Latke
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 12, 2011 11:23 pm
דורך סביב העולם
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ!
א יישר כח פאר דעם לינק
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 12:20 pm
דורך נחמן נתן
לעצטענס איז ארויס פון דרוק שו"ת לבושי מרדכי, איבערגעדרוקט פונדאסניי, א מייסטער ווערק. אין די הקדמה איז פארהאן א לענגערער באשרייבונג 'תולדות' פונעם הייליגן מאדע'ר רב זצ"ל, פרי עטו פון ר' יחיאל שליט"א, עס איז זייער שיין געשריבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 12:25 pm
דורך יוראפ
א דאנק פאר די אינפארמאציע גיימיר סשוין אויסטשעקן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 12:34 pm
דורך סביב העולם
ביינונז איזעס שוין דורעך די טשעק פוינט און סיז געוואלדיג געשריבן דערקענט זיך זיין אומנות!
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 1:44 pm
דורך יהיה כן
נו, קיינער וויל מיר טאקע נישט זאגן אוואו איך קען באקומען זיינע מאמרים רעגלמעסיג?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 1:57 pm
דורך סביב העולם
אויב וועט מען דיר זאגן ווי דו קענסט עס באקומען רעגעלמעסיג וועסטו דאך נישט וועלן זיצן דא מער מיט אונז אויף אונזער וועלטעל
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 2:49 pm
דורך יהיה כן
סביב העולם האט געשריבן:אויב וועט מען דיר זאגן ווי דו קענסט עס באקומען רעגעלמעסיג וועסטו דאך נישט וועלן זיצן דא מער מיט אונז אויף אונזער וועלטעל
הייסטעס דו שיקסט מיך אוועק פון אונזער וועלט? רח"ל
וואס שעלטסטו
כעדער מוחל זיין אבער נאר אויב דו שיקסט מיר אין אישית א לינק אוואו מ'קען באקומען די מאמרים
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 3:18 pm
דורך סביב העולם
הרב יהי' ס'איז נישט דא קיין ספיצעלע לינק פאר זיינע מאמרים (ער איז פון די רעכטע נישט פון די לינק)
אלנפאלס מען ברויך זיך פארבינדן מיט ר' יחיאלן אישי און אונזער שפראך מען דארף איינקלאפען מיט איהם מדארף האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס.....
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 3:20 pm
דורך יהיה כן
אקעי, דאס האב איך ב"ה
אי"ה בל"נ עמיר עס אינזין האבן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 13, 2011 5:00 pm
דורך סביב העולם
יהיה כן האט געשריבן:אקעי, דאס האב איך ב"ה
אי"ה בל"נ עמיר עס אינזין האבן
אקעי ווען די האסט עס אינזין שיק איהם א גריס פון מיר
שקויעך פון פאראויס
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 1:06 pm
דורך יוראפ
איך האב געהערט אז הרב גולדהאבר שליט"א האט געמאכט עפעס א הערליכע מאמר די וואך, איינער האט עס אפשר?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 4:21 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
יוראפ האט געשריבן:איך האב געהערט אז הרב גולדהאבר שליט"א האט געמאכט עפעס א הערליכע מאמר די וואך, איינער האט עס אפשר?
איך האב עס, אבער איך וואלט עס נישט ארויף געלייגט אויפן וועב אן די רשות זיינער
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 11:39 am
דורך סביב העולם
האמערעס אויך איך וועל עס דיר שיקן אישי קיין יוראפ
זיי מוחל די פאסט מארקע זאלסטו מיר באצאלן.........
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 17, 2012 7:09 pm
דורך יוראפ
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:איך האב געהערט אז הרב גולדהאבר שליט"א האט געמאכט עפעס א הערליכע מאמר די וואך, איינער האט עס אפשר?
איך האב עס, אבער איך וואלט עס נישט ארויף געלייגט אויפן וועב אן די רשות זיינער
נא אפשר פרעגט איר אים אן צו ער איז וויליג עס מזכה צו זיין דא פארן עולם
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 2:10 pm
דורך סביב העולם
יוראפ האט געשריבן:טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:איך האב געהערט אז הרב גולדהאבר שליט"א האט געמאכט עפעס א הערליכע מאמר די וואך, איינער האט עס אפשר?
וארא אויך דא א שיינע מאמר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 1:43 pm
דורך סביב העולם
עס איז דא א וואונדערליכער מאמר פון הרב יחיאל אין די נייעם קובץ "עץ חיים" פון באבוב וואס איז ממש לעצטענס ערשינען
מאמר "אין מתרפין מדברי תורה"
די מאמר כבר הכה גלים בארה"ק
עס איז כדאי צו לייענען איר וועט זיכער האבן אן עונג רוחני
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:25 pm
דורך ארעסטאנט
הרה"ג ר' יחיאל האט אונז ערלויבט מיטצוטיילן פאר די חשובע ליינער דא א מאמר בפרשת השבוע וואס ערשיינט אין דעם וועכנטליכן מאמר וואס ר' יחיאל גיבט ארויס.