בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 3:51 pm
דורך DONE
יוד איינער האט געשריבן: איין טאג האט מען אים בא'אויפטראגט צו גיין דעקן א סמינר לבעלי תשובה, וואס הרב נויגרישל און הרב משה גרילאק [חיים אליאב-חיים וואלדער] פון ערכים
חיים וואלדער איז א צוייטער מענטש

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 7:55 pm
דורך יוד איינער
טו די בעסט אף מיי נאלידש איז הרב משה גארעליק הי"ו יא חיים וואלדער, ער איז דער עורך ראשי פון די משפחה, מיט א עדיטאריעל קאלום יעדע וואך, ער איז פון די עורכים אינעם יתד, און אויסער דעם איז ער א מורא'דיגע נאוועליסט, ווי ער איז אממערסט באקאנט מיט זיין מייסטערווערק "די ספיידערס וועב" אדער אין אידיש "פארכאפט אין נעץ", אויך איז ער כפי מיטב זכרוני די ארויסגעבער פון די וואיל באקאנטע ביכער "דע פיפל ספיק" אין "קידס ספיק", אז איך בין נישט גערעכט דאן אדרבה !! ווער איז וואלדער

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 8:04 pm
דורך DONE
הרב משה גארעליק פענע נאמען איז חיים אליאב
אין חיים וואלדער איז א צוייטער אין דאס איז זיין עכטע נאמען

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 8:21 pm
דורך גראדער
דער איד איינער מאכט א פעסטן קיגל.

משה גרילאק (נישט גארעליק) האט א פען נאמען חיים אליאב, "חיים וואלדער" הייסט "חיים וואלדער" בסתר ובגלוי, און ער איז דער שרייבער פון די קידס-פיפל ספיק ביכער.

משה גרילאק איז העכער די 70 יאר, ער וואוינט אין ירושלים, אן אפשטאמיגער פון גור'ער חסידים, אבער ער איז ליטוויש געשטימט, (שארף קעגן חסידים, ער איז בעצם א שארף איד'ל) ער איז אויפגעוואקסן ביי הרב שח. ער איז דער עורך ראשי פון די "משפחה"

חיים וואלדער איז בערך 35 יאר, א ליטוואק, וואוינט אין בני ברק. ער שרייבט אן ארטיקל יעדע וואך אינעם "יתד", לפי מיטב ידיעתי נישט מער פון דעם, ער האט שוין ארויסגעגעבן בערך 15 ביכער, אויף 6-7 שפראכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 01, 2010 9:27 pm
דורך יוד איינער
גראדער, DONE '

איך שלעפ צוריק מיינע ווערטער, זעהט אויס כאב טאקע עפעס א טשולענט געמאכט, און כאב צוויי מענטשן אלס איינס צוזאמגעהאפטן....וטעות לעולם חוזר. און שקויעך פארן אויפמערקן, און פאררעכטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 17, 2010 10:44 am
דורך תרנגול
שטארק זיך האט געשריבן:מר פרייליכערהייט,

דער מהלך פון ניין נומערן איז נישט מרס אדהאן'ס מהלך, דער מהלך קומט פון א גריכישן דר. מיט נאמען 'דאן ריסא', דער מהלך הייסט די 'אנעגראם', דאן ריסא האט פארפאסט מערערע ביכער אויף דעם וואו ער צעלייגט קלאר זיין מהלך, מודעות פון מרס אדהאן איז ענדערש א קיצור פונעם אריגינעלן, עס איז אבער א הערליכער ארבעט.


איך האב אמאל געהערט אז די גאנצע מהלך פון די "אנאגראם" איז באזירט אויף אידישע מקורות, איז דאס אמת? און אויב יא, ווי קען מען דאס טרעפן?