בלאט 1 פון 2

העיתון 'מחזיקי הדת' שי"ל בלעמבערג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:02 am
דורך מיללער
איך האב שוין פאריגע וואך געוואלט שרייבען איבער דעם ספר/בוך/צייטונג וואס איז לעצטענס ערשינען, איינער האט איבערגעדרוקט דעם באקאנטן 'מחזיקי הדת' צייטונג פון שנת תרמ"ד אין איין באנד.

כשלעצמי, האלט איך אז יענער האט געטאן א טאטאלע נארישקייט און אפשר אפילו אן אומרעכט, כידוע לחכמי הפורום זענען די אלע מחזיקי הדת וואליומס עוועיליבל בחנם אויף אונזער 'היברו בוקס' און יעדער וואס זוכט א געוויסע נאמבער קען זיך ארויספרינטען אחת אחת (א יעדע איינצעלנע באשטייט פון בערך 8 בלעטער) ממילא מאי הועילו חכמים בפרינטתם?

ווידער אז איר נעמט שוין יא אונטער די מיה פון צושטעלן פאר אזעלכע וואס האבן נישט קיין אינטערנעט-צוטריט, ווייזט כאטש אז איר האט אריינגעלייגט עפעס ארבעט דערין נישט בלויז ארויסגעפרינט פון 'אוצר הכחמה/היברו בוקס' דאס שטעלט דאך א פרעצעדענט וואס יעדערער שמיגעגי קען זיך נעמען דרוקען ספרים מכל הבא לידו.

קיין מבוא, קיין געהעריגע מפתחות, קיין הערות, קיין הסבר מאי נשתנה שנת תרמ"ד מכל השנים, כ'מיין, איז 20 דאלאר אזוי ווייניג אז די קונדען דעזערוון נישט מער ווי עטליכע 50 קאפיס מיט א שיינעם גראפישען דעקל?

איך בין געווען זייער דיסעפאונטעד, איך ווארט אז איינער זאל נעמען די אלטע צייטונגען און געבן אביסל הארץ און מח, עס אנטהאלט דאך אזויפיל אידישע היסטאריע, נעמען פון צאלאזע גדולים אשר כמעט אבד זכרם, ווער רעדט פון בעל הבתים ועסקנים פון פארשידענע שטעט און שטעטליך אין גאליציע ווען וועלט איז געווען וועלט.

חבל על מחזיקי הדת!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 10:29 am
דורך farshlufen
מיללער, ערשטנס א דאנק פאר די אדרעססע מיר וועלן עס באזוכן בל"נ.

מיר האבן געזען דעם "מחזיקי הדת" אין ספרים סטאר, נאר טראכטענדיג גענוי די זעלבע ווי אייך האבן מיר געהאלטן אז עס נישט ווערט מען זאל עס מענציאנען דאהי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 11:20 pm
דורך שישא
מיללער האט געשריבן:כידוע לחכמי הפורום זענען די אלע מחזיקי הדת וואליומס עוועיליבל בחנם אויף אונזער 'היברו בוקס' און יעדער וואס זוכט א געוויסע נאמבער קען זיך ארויספרינטען אחת אחת (א יעדע איינצעלנע באשטייט פון בערך 8 בלעטער) ממילא מאי הועילו חכמים בפרינטתם?


איר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגען, אבער צו שרייבן אז "אלע מחזיקי הדת וואליומס זענען עוועיליבל בחנם אויף היברו בוקס" איז א גרויסער אומוויסענקייט פון אייער זייט, ווייל לפי ידיעתי געפינט זיך דארט נאר גאר א קליין פראצענט, דהיינו שנות תרמא-תרמז, ושנת תרע, תרעב, תרעג.
מיר באדערט נאר אז אויפן דעקל פונעם נייעם מחזיקי הדת שטייט "תרס"ד" און אז מען קוקט אריין געפינט זיך דארט נאר זמן הקיץ דשנת תרס"ג. אבער ביידע יארן געפינען זיך "נישט" אויף היברו בוקס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 07, 2009 1:16 pm
דורך מיללער
טעיתי בהגזמתי אז אלע זענען עוועיליבל, אבער דאס נעמט נישט אוועק די חלק אז זיי האבן געמאכט זייער א שוואכע ארבעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 8:02 am
דורך מאטקע
שישא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כידוע לחכמי הפורום זענען די אלע מחזיקי הדת וואליומס עוועיליבל בחנם אויף אונזער 'היברו בוקס' און יעדער וואס זוכט א געוויסע נאמבער קען זיך ארויספרינטען אחת אחת (א יעדע איינצעלנע באשטייט פון בערך 8 בלעטער) ממילא מאי הועילו חכמים בפרינטתם?


איר זאלט מיר ביטע אנטשולדיגען, אבער צו שרייבן אז "אלע מחזיקי הדת וואליומס זענען עוועיליבל בחנם אויף היברו בוקס" איז א גרויסער אומוויסענקייט פון אייער זייט, ווייל לפי ידיעתי געפינט זיך דארט נאר גאר א קליין פראצענט, דהיינו שנות תרמא-תרמז, ושנת תרע, תרעב, תרעג.
מיר באדערט נאר אז אויפן דעקל פונעם נייעם מחזיקי הדת שטייט "תרס"ד" און אז מען קוקט אריין געפינט זיך דארט נאר זמן הקיץ דשנת תרס"ג. אבער ביידע יארן געפינען זיך "נישט" אויף היברו בוקס.


ס'הייבט זיך אן סוף זומער תרס"ג, אריבער דעם גאנצען יאר תרס"ד, מילער איז גערעכט, ס'איז גאר א שוואכע ארבייט, אביסעלע מפתח אישים, בכל אופן פאר חוקרים קען דאס יא זיין א שטיקעל תועלת, אבער נישט ווערד קיין צוואנציג גרינער.

דיין געדאנק צו
מיללער האט געשריבן:איך ווארט אז איינער זאל נעמען די אלטע צייטונגען און געבן אביסל הארץ און מח, עס אנטהאלט דאך אזויפיל אידישע היסטאריע, נעמען פון צאלאזע גדולים אשר כמעט אבד זכרם, ווער רעדט פון בעל הבתים ועסקנים פון פארשידענע שטעט און שטעטליך אין גאליציע ווען וועלט איז געווען וועלט.

חבל על מחזיקי הדת!


האט נישט פארוועמען און פארוואס, ס'איז גאר א שווערע שפראך מער מאמרי פולמוס ווי איידער נייעס, נאכ'ן אנטוישינג פונעם איצטיגען באנד, מער וועט דאס קיינער נישט קויפען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 8:15 am
דורך מיללער
מאטקע,
דו ווייסט נישט אז היינט זענען 'מאמרי פולמוס' די בעסט-סעלערס? די היינטיגע שרייבערס גלייכען צו גרובלען און נישטערן אין זאכען וואס מען האט אמאל געוואלט פארגעסן און דאס פארקויפט זיך פאר גוט געלט.

אויסער וואס ווי איך האב געשריבען, איז דא דארט אסאך גענעלאגישע און היסטארישע אינפארמאציע באגלייט מיט אקוראטע דאטומען וואס פאר ארכיוויסטען אויב זאל מען דאס גוט בעארבעטן קען דאס יא ווערט זיין אפי' פאר נישט חובבי פולמוסים.

אלענספאל, א דאנק פארן זיך נעמען די מיה און מגיב זיין בדברי, איך זעה אז איר זענט א כוכב חדש, מאכט אייך היימיש און שפירט אייך באקוועם דן צו זיין בשאר הנושאים כיד ה' הטובה עליך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 3:33 am
דורך מאטקע
מילער

כ'האב געזען אז דער וואנדערבארען בראושער פון בעלזא, אינטערען נאמען "אור הצפון" האט זיך גענומען צו דעם, דאס חודש האבען זיי אנגעהויבען צו ציטירען אויסדערוועלטע שטיקלעך פונעם "מחזיקי הדת", מיט הסברים פון אינטען "במה דברים אמורים ?".

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 4:52 pm
דורך מיללער
מאטקע האט געשריבן:מילער

כ'האב געזען אז דער וואנדערבארען בראושער פון בעלזא, אינטערען נאמען "אור הצפון" האט זיך גענומען צו דעם, דאס חודש האבען זיי אנגעהויבען צו ציטירען אויסדערוועלטע שטיקלעך פונעם "מחזיקי הדת", מיט הסברים פון אינטען "במה דברים אמורים ?".


'אטרא-וועס' זאגט מען אזא פאל ביי אונז אויף ספאניש, ווידער פארפאס איך עפעס מיט'ן נישט האבן דעם 'אור הצפון' אולי ימצא מישהו שיכול לעזור לי צו קריגען דעם גליון עלעקטראניש אדער עכ"פ אויף די פאסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:24 pm
דורך מאטקע
מיללער האט געשריבן:
מאטקע האט געשריבן:מילער

כ'האב געזען אז דער וואנדערבארען בראושער פון בעלזא, אינטערען נאמען "אור הצפון" האט זיך גענומען צו דעם, דאס חודש האבען זיי אנגעהויבען צו ציטירען אויסדערוועלטע שטיקלעך פונעם "מחזיקי הדת", מיט הסברים פון אינטען "במה דברים אמורים ?".


'אטרא-וועס' זאגט מען אזא פאל ביי אונז אויף ספאניש, ווידער פארפאס איך עפעס מיט'ן נישט האבן דעם 'אור הצפון' אולי ימצא מישהו שיכול לעזור לי צו קריגען דעם גליון עלעקטראניש אדער עכ"פ אויף די פאסט.


גראדע האבען זיי יעצט געשריבען גרויסע צעטלאך ווי מ'קען זיך איינשרייבען דאס צו באקומען אויפען פאסט.

כ'וועל מאכען אן השתדלות דו צו ברענגען דעם טעלפאן נומב.

כל טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:36 pm
דורך lebediger berel
און לעקטעראניש אדער אויף "לדעת.נט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:19 pm
דורך מיללער
אויפן בלאג -אן די מעין ליין ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע באמערקונג, אז נאכען דרוקען דריי נומערן פונעם 'מחזיקי הדת' האבן די מו"ל גערעכנט אז עס וועט זיין גרינגער און ביליגער צו שרייבען דעם צייטונג, און די קומענדיגע דריי נומערן זענען טאקע געווען געשריבען, ביז וואליום 7 וואס איז צוריק צום דורק.

א בילד פונעם געשריבענעם 'מחזיקי הדת' # 6 טבת תרל"ט (קרעדיט; פרעד בבלוג שלו הנ"ל)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:32 pm
דורך בן בוזי
יוסף מרגושס אין זיין בוך שרייבט דערוועגן, זיין טאטע האט צוזאמען מיט ר' פרדכי פעלץ ארויס געגעבן דער מחזיקי הדת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:40 pm
דורך מיללער
בן בוזי,
ער ברענגט עס טאקע פון דארט, איך טרעף נישט מארגאשיש'ס בוך ביי היברו-בוקס, עס איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש, זיין פאטער ר' שמואל מארגאשיש איז געווען דער עורך פונעם מחזיקי הדת.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:51 pm
דורך בן בוזי
מיללער האט געשריבן:בן בוזי,
ער ברענגט עס טאקע פון דארט, איך טרעף נישט מארגאשיש'ס בוך ביי היברו-בוקס, עס איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש, זיין פאטער ר' שמואל מארגאשיש איז געווען דער עורך פונעם מחזיקי הדת.

דעמאלטס קום זוך עס אויף ביי מיר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:00 pm
דורך גבאי ביהמד
הרב מיללער, מיר האבן פאראכטן אייער לינק צום אן די מעין און געשטעלט א לינק נאר צו די איינטראגע הנוגעת לענינינו, בעתיד פרובירטס ביטע צו זוכן דעם פרטיות'דיגן לינק איידערן שטעלן.

הגבאי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:08 pm
דורך מיללער
בן בוזי,
וואו גיי איך? איך דערקען דיך דאך נישט זייט דיין נייע צורה? :|

גבאי'לע,
טענקס איי ריעלי אפרישיעיט יור ווארק, קיפיראפ!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:25 pm
דורך בן בוזי
זעהט אויס אז דער עולם געפעלט נישט מיין נייער בילד, כ'האב געכאפט דערפאר אין אישית, האב איך זיך דעריבער געטוישט דאס בילד.
(אינדערוואכן גיי איך נאכאלץ מיטן דאשיק).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 6:31 pm
דורך מאטקע
מיללער

בימים ההם א שיינע שרייבער האט נישט געהייסן אזוי ווי היינט, א לייכטער שפראך, וואס זאל לייכט נקלט ווערן.

דאנטסמאהל, האט זיך א שיינע שרייבער גרויס געהאלטען, א. מיט'ן שיינע שריפט, וואס איז צו באמערקען אין דעם בייגעלייגטן גליון, ב. מליצת הלשון מתנ"ך, אזוי קען מען געפינען נאך צייטונגען, ווי צום ביישפיל פון יוסף כהן צדק, וואס איז געשריבען געווארען, אזוי האט דער רעדאקטער געטראכט צו אריינכאפען נאך אפאר קונדען.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:15 pm
דורך בן בוזי
דער מחזיקי הדת באוויינט דאס הסתלקות פונעם אלטען סאדיגערער רבי הרה"ק ר' אברהם יעקב זצוק"ל לה"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 12:22 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:דער מחזיקי הדת באוויינט דאס הסתלקות פונעם אלטען סאדיגערער רבי הרה"ק ר' אברהם יעקב זצוק"ל לה"ה


לייען בעסער, ר' שלמה בהרה"ק רא"י מסאדיגורא שנפטר בחיי אביו

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:20 pm
דורך יוסלמאן
בן בוזי האט געשריבן:דער מחזיקי הדת באוויינט דאס הסתלקות פונעם אלטען סאדיגערער רבי הרה"ק ר' אברהם יעקב זצוק"ל לה"ה


כ'דענט נישט אז ס'זאל ווערן אמאל אויסגעשמועסט, יצחק אבן שרייבט אז דער סאדיגערער רבי ר' אברהם יעקב מיטן ברודער פון הוסיאטען האבן זיך זייער מתנגד געווען צום מחזיקי הדת.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 1:55 pm
דורך חרמש בקמה
יוסלמאן האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער מחזיקי הדת באוויינט דאס הסתלקות פונעם אלטען סאדיגערער רבי הרה"ק ר' אברהם יעקב זצוק"ל לה"ה


כ'דענט נישט אז ס'זאל ווערן אמאל אויסגעשמועסט, יצחק אבן שרייבט אז דער סאדיגערער רבי ר' אברהם יעקב מיטן ברודער פון הוסיאטען האבן זיך זייער מתנגד געווען צום מחזיקי הדת.

איך האב אויך געהערט דערפון. און איך האב אויך געהערט אז דער בעלזער רב מהרי"ד ע"ה האט זיי זייער שארף אפגעענטפערט, דערמאנענדיג דעם התנגדות וואס איז געווען קעגן דעם סאדיגערער הויף.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 2:07 pm
דורך farshlufen
כבר דברנו ע"ז בהיות הרב הבד"צ בינינו, כמדומני באשכול קאפישניץ.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 09, 2010 4:19 am
דורך זאמלער
בן בוזי האט געשריבן:יוסף מרגושס אין זיין בוך שרייבט דערוועגן, זיין טאטע האט צוזאמען מיט ר' פרדכי פעלץ ארויס געגעבן דער מחזיקי הדת.

ר' יוסף אין זיין ביכעל דערמאנט אויך איבער ר' דוד'ל טאלנער אין לעמבערג טאמער געדענק איך גוט האט ער זיך גאר אויפגעהאלטען ביי זיי אין הויז

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 19, 2010 8:55 pm
דורך יוסף שרייבער
עס איז בשעתו ארויסגעקמען איין וואך בשם 'מחזיקי הדת' אין נעקסטע וואך בשם 'קול מחזיקי הדת' וחוזר חלילה.

די סיבה דערפון איז געווען ווייל א וועכענטליכע צייטונג האט געהאט הויכע שטייערען אבער מאיזה סיבה האט א צווי וואכעדיגע צייטונג(BI WEEKLY) דאס נישט געהאט האבען זיך די יודאלעך אן עצה געגעבען.