בלאט 1 פון 1
ספרים על עניני ברית מילה והמסתעף
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 4:20 pm
דורך אלף בית
כ'וויל פרעגען דעם עולם איבער א גוטן ספר אויף עניני ברית מילה - וואך נאכט און אלס ארום.
הלכות, מנהגים וכו'.
כוואלט זייער דאנקבאר געווען אויב מקען מיר ענפערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:50 am
דורך farshlufen
איך האב עטליכע אין ספרים שאנק, ושכחתי שמם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 11:55 am
דורך קאמענטאטאר
ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:01 pm
דורך אלף בית
קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.
וועלכע ספר איז דאס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:22 pm
דורך מיללער
ספר ברית אבות לר' שבתי איש ליפשיץ דומ"ץ אורשיווא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:29 pm
דורך קאמענטאטאר
אלף בית האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.
וועלכע ספר איז דאס?
אויב דענק איך גוט איז עס א קליינליכער רויטליכער ספר ניי איבערגעזעצט, כ'העל שפעטער א קוק טאן אין שראנק פארן מו"ל (דערווייל קענסטו פרובירן אין ספרים געשעפט מיט די א.ד. סימנים...).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 12:50 pm
דורך שוועמל
אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:07 pm
דורך קאמענטאטאר
שוועמל האט געשריבן:אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?
עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער אזא מעשה, דערמאן מיר ביטע ווער איז דאס געווען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:23 pm
דורך יהיה כן
סמך לזה לכאורה היא בירושלמי שבת פרק יח הלכה ג
תני השיליא הזאת בשבת עשירין טומנין אותן בשמן והעניים טומנין אותן בתבן וחול אילו ואילו טומנין אותן בארץ כדי ליתן ערבון לארץ, והיות שלא לקחו את השליא, לכן ציוה לקבור את עור הערלה שיהי' למשכון לארץ, תחת השליא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:50 pm
דורך אלף בית
משה קאפויער האט געשריבן:אפשר ר' מאיר בראנסדארפער?
יא רבי מאיר ז"ל. אין בח"ח האט מען אפילו געקענט זעהן בילדער פונעם צנצנת.
כווייס פון נאך מוהלים וואס לייגן עס אוועק לאחר מאה ועשרים.
און בעיקר א גרויסן ייש"כ פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיר צו ענטפערן.
העמער קויפן דעם רויטן ספר.
נאך איין פראגע. אין ספרים סטאר ליגט עס אויפן שעלוו, אדער איך דארף עס בעטן פונעם מוכר ספרים (אזוי הלכות טהרה ספרים)?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:53 pm
דורך מיללער
מזל טוב הרב בית, תזכה לגדלו ולחנכו ולהכניסו בבריתו של אאע"ה בעתו ובזמנו בנחת ובניקל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:58 pm
דורך שטיקל גבאי
אלף בית האט געשריבן:נאך איין פראגע. אין ספרים סטאר ליגט עס אויפן שעלוו, אדער איך דארף עס בעטן פונעם מוכר ספרים (אזוי הלכות טהרה ספרים)?
עס ליגט געהעריג אויפן שעלוו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 5:19 pm
דורך שאץ מאץ
ספר "עושין בשמחה" ג' חלקים, א הפלא'דיגן ליקוט, ענינים, תורות, תפלות, סגולות,
דער מחבר הרב הערבסט האט געמאכט עטליכע ספרים הפלא ופלא מיטן נאמען "נפשי חולת אהבתך" אויף תפלה,
הרב אלף בית איך האב דעם ס' א מחי', א אוצר בלום,
מז"ט אויף שמחות,
.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 2:19 pm
דורך אלף בית
למעשה האב איך געקויפט די רויטע 'כל בו'
כהאב זייער הנאה דערפון שמו נאה לו, ממש א כל בו.
צווישן די ספרים וואס איך האב געזעהן אויפן שעלוו צווישן די ספרים לעניני ברי"מ איז א ספר ס'הייסט למען בריתו. סקוקט אויס זייער גוט בעיקר איז מיר געפאלן דעם געדאנק אז סהאט תורות אויף עניני ברי"מ לויט די סדרא'ס, א געוואלדיגע זאך נאכצוזאגן תורות ביים ברית אויף די וואכעדיגע סדרא.
למעשה האב איך געקויפט די כל בו ווי געשריבן.
הרב שאץ, ווען איך וואלט געזעהן דיין תגובה פארן גיין אין ספרים סטאר וואלט איך עס אפשר געקויפט (אויב סהאט אויך הלכות - כהאב געזיכט א ספר מיט די הלכות אויך)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 2:47 pm
דורך פרנסה
שוועמל האט געשריבן:אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?
ספר זוכר הברית סימן י"ז סעי' ג'
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 40&hilite=אפשר קען איינער ארויף לייגען א קאפי פון די ספר, איך קען נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 4:42 pm
דורך והוא פלאי
א חידוש קיינער דערמאנט נישט דעם זכר דוד פון ר' דוד פארדו, א סעט פון א פריערדיגע אויף עניני מילה, הפלא ופלא, כל מיני ענינים אויסגעשמועסט ברייט
וכן הספר הקטן חתן דמים, תורות אויף יעדער סדרה בשייכות נישואין ומילה.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 30, 2009 10:15 pm
דורך שאץ מאץ
תוורת אויף די סדרה יעדע וואך בעניני מילה איז דא פונעם בן אשי חי אויך א ספר "מלאך הברית"
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 06, 2010 1:41 pm
דורך שאץ מאץ
א ספר אויף מילה כמדומה הייסט דאס כל בו החדש
http://www.hebrewbooks.org/21829
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 8:20 am
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:57 pm
דורך ישלהוסיף
שפע קודש - מרן הגה"ק רבי יקותיאל יהודה האלברשטאם זצ"ל אבד"ק קלויזענבורג, והוא אוצר בלום של הוראות ופסקים הנהגות וארחות חיים ערוך ומסודר דבר דבור על אופניו על עניני ברית מילה, ונספח אליהם סדר תפלות ובקשות לבעלי הברית וברכת המזון.
שפע קודש - מרן הגה"ק רבי יקותיאל יהודה האלברשטאם זצ"ל אבד"ק קלויזענבורג, בו נקבצו ובאו יחד דברות קודש מאשר השמיע בשיחות קדשו בדרוש ואגדה מוסר וחסידות בשמחות שלום זכר, וואך נאכט, ברית מילה, לאחר שהקפיד להשתתף בכל סעודת ברית מילה שנערכה אצלו, ואף נשא מדברותיו.
אוסף גדול
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:25 pm
דורך dovidal
רב בברוקלין רוצה למכור בערך מאה ספרים על ברית מילה- רובם יקרי המציאות יכולים להתקשר אתי אישית
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 23, 2012 11:28 pm
דורך יוסף שרייבער
האם יש לו ספר סוד ה' דפו"ר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:58 am
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:האם יש לו ספר סוד ה' דפו"ר?
F\
כן אמשטרדם ת"ם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:54 am
דורך יוסף שרייבער
באיזה מצב נמצא הספר? האם אפשר לקנות רק ספר זה ובכמה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:23 am
דורך יקוםפרקן
קאמענטאטאר האט געשריבן:אלף בית האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זוכר הברית.
וועלכע ספר איז דאס?
אויב דענק איך גוט איז עס א קליינליכער רויטליכער ספר ניי איבערגעזעצט, כ'העל שפעטער א קוק טאן אין שראנק פארן מו"ל (דערווייל קענסטו פרובירן אין ספרים געשעפט מיט די א.ד. סימנים...).
א געלונגענער כל בו, ארויסגעגעבן דורך דעם אלעמען באקאנטן ספינקער גבאי הרב זיגעלמאן שליט"א (ויקרא לשבוים דרור)
און איז שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט געווארן די לעצטע פאר יאר.
עס האט 3 אריגינעלע ספרים אויף די ענינים שיין איבערגעדרוקט און אלעס ווערט דארט געדעקט!