בלאט 1 פון 3
ה' טבת ~ חג הספרים אין חב"ד
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 9:31 pm
דורך ארעסטאנט
היינט איז אפגעצייכענט געווארן די 21'טע 'חג הספרים' אין חב"ד, וואס אין דעם טאג פארקויפן אלע חב"ד ספרים געשעפטן ספרים פאר א ביליגע פרייז.
דער 'חג' איז אפצוצייכענען דעם גרויסן געווינס וואס אדמו"ר רמ"מ מליבאוויטש האט אפגעהאלטן אין געריכט אנטקעגן זיין פלומעניק בארי גורארי' (זוהן פון ר' יוסף יצחק'ס טאכטער) אויפן בעלות פון די היסטארישע חב"ד ביביאלאטעק, וואס ענהאלט אין זיך 250,000 ספרים, צווישן זיי פולע היסטארישע ספרים און ספרים בכת"י.
דער געריכט האט זיך אנגעהויבן בשנת תשמ"ה און זיך געצויגן ביז ענדע תשמ"ט.
דער פלומעניק בארי גורארי' האט גע'טענה'ט אז דער ביבילאטעק איז א ירושה פון זיין זיידן דער רבי ר' יוסף יצחק דעריבער קומט אים א חלק, דער ליבאוויטשער האט גע'טענה'ט אז ס'באלאנגט נישט צו אים און נישט צו אים, עס באלאנגט פאר די אגודת חסידי חב"ד ארגענעזאציע.
די געריכט שלאכטן איז אנגעגאנגען א לענגערע צייט, ווען אינצווישן האט דער קלעגער פארלאנגט אז די ליבאוויטשע רעבעצין זאל אפגעבן איר עדות (זייענדיג דער יורשת, זי מיט די שוועסטער די מאמע פון דעם בארי), די עסקנים האבן פרובירט אלע מיטלען אז זי זאל נישט דארפן עדות זאגן, דער רבי האט אבער געזאגט אז מ'זאל לאזן לויפן און אלעס וועט פאריבער גיין בשלום.
עס איז געקומען דער טאג און די אדוואקאטן פון בארי'ס זייט זענען אראפגעקומען אין הויז פון ליבאוויטשער ווי דער אי.בי.טי. איז אפגעהאלטן געווארן, און ווי דער שטייגער האבן זיי במשך די גאנצע צייט פרובירט מיט אלע מיטלען איר צו פארמישן כדי זי זאל זיך סותר זיין, אבער זי האט זיך געהאלטן פעסט, הארט פארן שליסן האט איינע פון די אדוואקאטן א פרעג געטוהן די רעבעצין "זאגט נאר רעבעצין שניאורסאן, האט די ביבילאטעק באלאנגט צו אייער פאטער?", האט זי גלייך גענטפערט "מיין טאטע האט נישט געהאט קיין שום פארמעגן; מיין טאטע האט באלאנגט צו די חסידים, און יעדע זאך וואס האט צו אים באלאנגט האט באלאנגט פאר די חסידים"
ווען עס איז געקומען דער טאג פונעם פסק און דער ריכטער האט איבערגעקוקט די ווידיא פון דעם אי.בי.טי. ווען מ'איז אנגעקומען צו דעם שטיקל האט עס אים זייער באנומען און ער האט זיך אנגערופן "אומגלויבליך! ממש מורא'דיג", און ער האט ארויסגעגעבן דעם פסק לטובת אגודת חסידי חב"ד.
אפצוצייכענען דעם געווינס האט דער ליבאוויטשער איינגעפירט יעדעס יאר אין דעם טאג זאלן ספרים פארקויפט ווערן פאר ביליגע פרייזן און אלע חב"ד ספרים געשעפטן איבער די וועלט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:39 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
דאס איז איין זייט פון די מטבע,
לאמיר דיך פרעגן האלטסטו טאקע אז דאס איז גערעכט געווען צי גנב'נען ירושה מיטן נאמן אגודת חסידי חב"ד? און וואס איז מיט דין תורה? און אפילו בערכאות וואס איז די תורה'דיגע דין?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:44 pm
דורך שעפטיל
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:51 pm
דורך ארעסטאנט
שעפטיל די לינק טויג ניקס
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 11:55 pm
דורך ארעסטאנט
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:דאס איז איין זייט פון די מטבע,
לאמיר דיך פרעגן האלטסטו טאקע אז דאס איז גערעכט געווען צי גנב'נען ירושה מיטן נאמן אגודת חסידי חב"ד? און וואס איז מיט דין תורה? און אפילו בערכאות וואס איז די תורה'דיגע דין?
ס'קוקט אייך אויס ווי כ'האב גענומען א שטעלונג? איך האב בסך הכל פארציילט וואס ליבאוויטשע חסידים דערציילן, ווען גורארי' האט ווען א חסידות וואלט איך אפשר געשריבן וואס זיי זאגן אויך..
די אלע קושית אויפן ליבאוויטשער זאלט איר מיך נישט פרעגן, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א סאסייעטי ווי דער דער ליבאוויטשער איז בכלל נישט פארהייליגט (בלשון המעטה..), בין איך בין נישט אינטערעסירט אים צו פארענטפערן. פינטל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 7:20 am
דורך farshlufen
הרב הבד"צ וואו זענט איר ווען מיר נויטיגן זיך אין אייך?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 8:02 am
דורך משיח
איך בין נישט קיין חב"ד'סקע (כאטש א משי"ח'יסט בין איך יא, אחכה לו בכל יום שיבוא!), אבער איך האלט נישט אז ס'איז אזוי נישט גערעכט. פונקט ווי א בית המדרש און מוסדות התורה געהערן צום חסידות, און מ'וועט קיינמאל נישט הערן אז א צווייטע יורש זאל טענה'נען אז די בנין הישיבה געהערט פאר אים און נישט פאר'ן ממלא מקום, די זעלביגע דא, איז זייער מסתבר אז די ספרי' איז א זאך וואס געהערט צו חב"ד.
ווען ס'זאל זיין א רעדע אז ער איז ממלא מקום, איז זיין טענה גערעכט, אויב איז ער חב"ד קומט עס - מעגליך - פאר אים. אבער אויב דאס איז קלאר אז ממלא מקום איז הרמ"מ, און ער איז איז בלויז אן אייניקל וואס וויל ירושה, איז די ספרי' נישט קיין חלק פון די ירושה איבער וואס די משפחה צוטיילט זיך.
דידן נצח... טא רי רא רי רי ראם....
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 8:05 am
דורך מיללער
דער אמת איז אז פארן 'קאנסומער' ווי מיר זענען איז דאס א געווינס, ווייל דער בארי וואלט געמאכט א געשעפט דערפון ווארשיינליך, און דער ביבליאטעק וואלט געקענט פארלוירען גיין.
די מעשה איז געווען זייער א פארווייטאגטע פרשה ביי די חבד'סקער, עס האט כולל געווען אנדערע שונאי חב"ד וואס האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט זיך צוצושטעלן צו גורארי צו קעמפען קעגן ליובאוויטש, עס איז באקאנט דער בילד פון חנה גורארי בת המהריי"צ מיט איר זוהן ארויסקומענדיג מבית אדמו"ר ממונקאטש שליט"א נאכען זוכען דארט סימפאטיע און ערלעדיגען פאר איר א חלקה אין זייער ביה"ח ווי זי איז טאקע געקומען למנוחות.
איר מאן ר' שמרי' גורארי' חתן המהריי"צ ליגט למעשה אין די ליובאוויטשער ביה"ח אין קווינס, און ער איז יא געווען אלע יארען אריינגעגלידערט אין חב"ד.
דער בארי האט געהאט צוויי טעכטער וועלכע האבן קיינמאל געהייראט און אזוי ארום איז נישט געבליבען קיין המשכה צו די נשיאי חב"ד פונעם רבי'ן רש"ב וועלכער האט נאר געהאט דעם איינע בן יחיד דער רבי ריי"צ ז"ל.
-
משיח האט אריינגעהאקט מיט די טענה 'פונקט ווי א בית המדרש און מוסדות התורה געהערן צום חסידות, און מ'וועט קיינמאל נישט הערן אז א צווייטע יורש זאל טענה'נען אז די בנין הישיבה געהערט פאר אים און נישט פאר'ן ממלא מקום' עס קען זיין אז איר זענט אויף אנאנדער פלאנעט בימינו, אבער פוק חזי מיה עמא דבר...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 8:16 am
דורך מיללער
אביסל פון די היסטאריע באגלייט מיט א ווידעאו קליפ און בילדער, ווי חב"ד נעמט די ספרים און ארכיווען פון גורארי'ס סעיף-דעפאזיט באקס נאכען פסק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 8:23 am
דורך מיללער
צו דער זעלבער צייט האבן ליובאוויטשער סעמינאר מיידלעך אפגעשטאט א באזוך אינעם הויפט לייברערי אין מאסקעווע ווי עס געפונט זיך (דערווייל) א היסטארישע זאמלונג פון ספרים עתיקים ויקרי ערך פון וואס דער רבי ריי"צ האט געזאמעלט במשך פון אסאך יארען.
די ספרים האבן זיך ביז לעצטענס געפונען און זייער נישט קיין גוטען צושטאנד, אבער די ארטיגע מיניסטעריום און לייברערי פארוואלטונג האבן זיך אפגעגעבן לעצטענס דאס צו מסדר זיין פאופן נאה, אינדערצווישען גייט פאר שטארקע דרוק מצד אגו"ח חב"ד אז די רוסישע רעגירונג זאל אומקערן די אוצרות צו זיי, ונזכה ונחי'.
א קורצע באהאנדלונג מיט בילדער אויף COL.
די אפיציעלער זיגעל פונעם מהריי"צ אויף זיינע זאמלונגען
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 8:45 am
דורך מיללער
דער ניו יארק טיימס יענע צייט איבער די געריכט פראצעדור, אונטען, א בילד פון בערי גורארי (קרעדיט; הירשל ציג צירק-געצעלט)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 9:09 am
דורך ארעסטאנט
מיללער;
מיין אינפארמאציע האב איך גענומען פון די
משפחה אינטערוויא מיט הרב יהודה קרינסקי דער מזכיר פון אדמו"ר רמ"מ.
אדאנק פאר דיינע הוספות.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 9:21 am
דורך משיח
מענין לענין:
ליינט דא דעם אינטערסאנטן "יומן"
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 9:25 am
דורך תו השמיני
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 10:52 am
דורך אלד וויליאמסבורג
משי-ח
1) איך פארשטיי נישט דעם פארגלייך פון מוסדות און א פריוואטע ספרים זאמלונג פון א רבי'ן,
2) לויטן ד"ח זענען שוהלן מוסדות אד"ג פריוואטע נכסים פון אדמו"ר און ס'איז שייך געהעריג דיני חלוקה וירושה,
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 11:33 am
דורך בן בוזי
ב"ה
א דאנק ארעסטאנט פארן עפענען דער אשכול און דער עיקר אז ס'זאל זיין דידן נצח מיט א שטורעם ובפועל ממש ביי כל אחד ואחת מישראל און ס'זאל שוין זיין משיח נאו.
למעשה איז בערקע נישט געווען אזוי אומגערעכט ווי זיי האבן איהם געמאכט, חיים ליבערמאן דער פריוואטער סעקרעטאר פונעם ריי"ץ און דער ממונה אויפן ספרי' האט אויפגעטרעטן אלס עדות לטובת בערקע און געטענה'ט אז דער 'אגודת חסידי חב"ד' קערפערשאפט האט דער ריי"ץ געמאכט פאר לעגאלע סיבות כדי צו קענען אריבער ברענגען דער אוצר הספרים, און דעריבער האט ער געטענה'ט איז דאס יא פריוואטע אייגנטום וואס איז שייך ירושה דערביי.
און דער סיבה פארוואס בערקע האט בעצם פארלוירן איז מטעם דאס ווייל ס'איז געגאנגען אין קאורט און זיי פסק'נען לויט די פארמאליטעטן פון לעגאל און געזעץ, משא"כ ווען דאס גייט ווען פאר א בית דין וועלכע פסק'נט דין תורה איז נישט בהכרח אז דער פסק וואלט אזוי געווען.
למעשה איז דידן נצח בכל אופן און א גלעזל משקה איז עס זיכער ווערט, לחיים ולברכה.
און ווי געזאגט:
farshlufen האט געשריבן:הרב הבד"צ וואו זענט איר ווען מיר נויטיגן זיך אין אייך?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 11:39 am
דורך בן בוזי
ארעסטאנט האט געשריבן:עס איז געקומען דער טאג און די אדוואקאטן פון בארי'ס זייט זענען אראפגעקומען אין הויז פון ליבאוויטשער ווי דער אי.בי.טי. איז אפגעהאלטן געווארן, און ווי דער שטייגער האבן זיי במשך די גאנצע צייט פרובירט מיט אלע מיטלען איר צו פארמישן כדי זי זאל זיך סותר זיין, אבער זי האט זיך געהאלטן פעסט, הארט פארן שליסן האט איינע פון די אדוואקאטן א פרעג געטוהן די רעבעצין "זאגט נאר רעבעצין שניאורסאן, האט די ביבילאטעק באלאנגט צו אייער פאטער?", האט זי גלייך גענטפערט "מיין טאטע האט נישט געהאט קיין שום פארמעגן; מיין טאטע האט באלאנגט צו די חסידים, און יעדע זאך וואס האט צו אים באלאנגט האט באלאנגט פאר די חסידים"
למעשה מאכט בעצם נישט אויס צום ענין וואס מוסיא האט געזאגט און דער עיקר איז וואס חנה גור ארי' האט געזאגט צום גאנצער עסק, ווארום זי איז געווען דער עקרת הבית ביים ריי"ץ און לאחר ההסתלקות איז זי געווען מער רעבעצין ווי דער שוועסטער, און ווי כ'האב געהערט פון ר' לייבל גראנער האט ער געזאגט (בשם ?) אז חנה מיטן רבין וואלט געווען א גוטער שידוך.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 11:46 am
דורך מיללער
כ'דענק נישט צו מיר האבן שוין גערעדט אז דער בערקא איז געווען אנגעטראגען ביי מרנא ורבנא רמ"ש מביאיאן ז"ל
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 11:48 am
דורך יהיה כן
farshlufen האט געשריבן:הרב הבד"צ וואו זענט איר ווען מיר נויטיגן זיך אין אייך?
אוי, וואלטעך מעך געקענט דערווארימען אין אזא קאלטן טאג....
העי, מיללער 'מרנא ורבנא', אהא, ביד"ץ און מיללער האבן געמאכט א יד אחת .....
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 1:00 pm
דורך ארעסטאנט
בן בוזי; איך חידוש מיך אויף וואס די זאגסט אז חיים ליבערמאן האט עדות געזאגט לטובת בערקע, קרינסקי פארציילט אין דעם אינטערוויוא וואס כ'האב פריערט געברענגט אז חיים ליבערמאן איז געווען דער ערשטער וואס האט אנגעמערקט אז בערקע הייבט אן ארויסרוקן סחורה פונעם ביבליאטעק, און אזוי האבן זיך די געריכטן אנגעהויבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 1:21 pm
דורך בן בוזי
כ'וועל נאכקוקן וואס שלום בער לעווין שרייבט דערוועגן, קרינסקי איז נישט דער גרויסער איש מהימן, זיין גאנצער מזכירות באשטייט דערפון וואס ער האט שוין געדרייווט א קאר אלס בחור און דעריבער האט אים חאדאקאוו געבעטן צו קומען ארבעטן ביים רבי'ן... ער איז נישט געלעגן בתוך די חסידישע ענינים ער איז מער אריסטאקראטיש, נאר היינט איז ער א שיינע איד ווייל ער איז געבליבן מיט 770, און בכלל לייקנט ער דארט דער אמת'ער פאקט אז אין וואס ער איז גענוג שולדיג אין די קאנסקעווענצן פון די סטראוק ווייל ער האט נישט געוואלט נאר אז הצלה אנ"ש פון דעם רבי'נס שכונה זאלן קומען, ער פארדרייט דארט א געשיכטע אז דער הצלה טראק אויפן פעלד איז געשטארבן און ס'האט געדויערט נאך אנדערט האלבן שעה צו ברענגען אן אנדערע טראק ביז וואלונטירן מאנ"ש זענען אנגעקומען פון קראון הייטס.........

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 1:30 pm
דורך יוסלמאן
איז נישט א חלק פון היבראו בוקס אדער גאר ס'גאנצע פון דעם אוצר הספרים?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 1:47 pm
דורך יהיה כן
היברוי בוקס, זענען ברובם ספרים וואס האדמו"ר רמ"ש נבג"מ (נ'שמתו ב'גנזי מ'רומים, או נ'שמתו ב'גוף ג'שמי מ'מש לכל חד כדאית ליה) האט ציזאם געקליבן במשך די יארן צי די עקזיסטירנדע לייברערי, דער משפט איז געווען אויך אויף אלטע אנטיק, וואס א טייל פון זיי זענען אויף אויסשטעל אין חב"ד לייברערי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 8:50 am
דורך פרעגער
מיללער האט געשריבן:דער אמת איז אז פארן 'קאנסומער' ווי מיר זענען איז דאס א געווינס, ווייל דער בארי וואלט געמאכט א געשעפט דערפון ווארשיינליך, און דער ביבליאטעק וואלט געקענט פארלוירען גיין.
זעהט אויס אז דער עולם איז נישט באהאווענט אינעם פרשה!
דער 'בערקא' האט למעשה פארקויפט א געוויסע חלק פון זיין גניבה - פאר גוט געלט, נאר מ'האט איהם אפגעשטעלט אינדערמיט דורכ'ן קארט.
לאחר הפסק, האט חב"ד צוריק אפגעקויפט רוב פון די פארקויפטע ספרים - במחיר הנמכר, אבער געוויסע ספרים האבן זיי נישט געקענט דערגיין פאר וועמען ער האט דאס פארקויפט, און מ'ווייסט עד היום נישט וואו דאס איז.
די נישט פארקויפטע האבן זיי צוריק באקומען בערכאות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 07, 2010 12:16 pm
דורך מאטעס
איז דאס ריכטיג אז חסידי סאטמאר זענען געקומען און געריכט ארויסווייזן שטיצע פאר בארי?