בלאט 1 פון 1

ספרים ב'לייברעריי אוו קאנגרעס'

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 9:54 am
דורך קאמענטאטאר
איז פערהאן א וועג צו דאונלאודען ספרים א.ד.ג. פונעם לייברערי אוו קאנגרעס ?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 2:56 pm
דורך scy4851
האבער זיי דען די עצם ספרים און ביכער צי דאונלאדען?
איך האב שוין אליינס פראבירט דאונלאדען פון דארט, און עס איז מיר נישט געלונגען.
פון מיין ערפארונג נאר זייער קעטעלאג איז אנליין.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 3:21 pm
דורך קאמענטאטאר
ייש"כ, מאיזה סיבה שיה' האב איך געמיינט אז מ'קען יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 9:28 am
דורך מיללער
עס איז כדאי ארויסצוברענגען אז בילדער קען מען יא דארט פארשאפן אנליין, איך האב פון דארט איינגעהאנדלט עטליכע היסטארישע בילדער אין די פארגענגענהייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 9:49 am
דורך שוועמל
זענען פארהאן דארט אידישע זאמלונגען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 10:58 am
דורך מיללער
שוועמל האט געשריבן:זענען פארהאן דארט אידישע זאמלונגען?


יא, קודם כל איז אנגענומען אז יעדער צייטונג און בוך ולהבדיל ספרים וואס ווערט געדרוקט אין די US ווערט פרעזערווירט דערפון א קאפי אינעם ספריית הקונגרס למשמרת, דאס איז אויסער פארשידענע פריוואטע זאמלונגען וועלכע איז מיט די יארען איבעגעגעבן געווארן פאר זיי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 03, 2010 3:51 am
דורך זאמלער
ז

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 09, 2011 8:01 pm
דורך יוסף שרייבער
מיללער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זענען פארהאן דארט אידישע זאמלונגען?


יא, קודם כל איז אנגענומען אז יעדער צייטונג און בוך ולהבדיל ספרים וואס ווערט געדרוקט אין די US ווערט פרעזערווירט דערפון א קאפי אינעם ספריית הקונגרס למשמרת, דאס איז אויסער פארשידענע פריוואטע זאמלונגען וועלכע איז מיט די יארען איבעגעגעבן געווארן פאר זיי.



יא זיי האבען אוצרות תבל פון יודישע ספרים,אזוי אויך די נ.י.פ.ל. האבען היבש אוצרות,תרה מונחת בקרן זוית.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 5:57 pm
דורך אמשטרדם
יוסף שרייבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זענען פארהאן דארט אידישע זאמלונגען?


יא, קודם כל איז אנגענומען אז יעדער צייטונג און בוך ולהבדיל ספרים וואס ווערט געדרוקט אין די US ווערט פרעזערווירט דערפון א קאפי אינעם ספריית הקונגרס למשמרת, דאס איז אויסער פארשידענע פריוואטע זאמלונגען וועלכע איז מיט די יארען איבעגעגעבן געווארן פאר זיי.



יא זיי האבען אוצרות תבל פון יודישע ספרים,אזוי אויך די נ.י.פ.ל. האבען היבש אוצרות,תרה מונחת בקרן זוית.



באמת איז מיר ממש א חידוש ווי ניפ''ל האט אזוינע אוצרות וואס איז שווער צו טרעפן אפי' אין אנדערע אידישע לייבעריען, ווי שעכטער'ס איווא וכדו'. בכלל שעכטער'ס בדרך כלל האט בעיקר אלטע מאניסקריפטן, אדער ספרים, ווידער ניפ''ל איז זייער רייך אין אלטע צייטונגען. לא ראי זה כראי זה, אבער זייער אסאך ספרים וואס איך האב שוין געזוכט אין אנדערע לייברעריען האב איך נאר געטראפן ביי ניפ''ל