בלאט 38 פון 50

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:47 pm
דורך וואס עפעס?
וואו שטעלט מען אפ די ספעל טשעק אפציעס ביי גימעיל?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:53 pm
דורך קנאפער ידען
וואס עפעס? האט געשריבן:וואו שטעלט מען אפ די ספעל טשעק אפציעס ביי גימעיל?

דזשימעיל אליינס טשעקט קיינמאל נישט די ספעלינג אליינס ביז מען דריקט אויף אים 'טשעק ספעללינג'. דו רעדסט מסתם פון די בראוזער (מסתם קראום) ספעל טשעק.

צו אויסלעשן דער קראום ספעל טשעקער זע דא אנווייזונגען: http://www.askvg.com/how-to-disable-goo ... ll-checker

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 3:25 pm
דורך ניקעל
סשרייבט זיך אויף אז כהאב א נייע אימעל אין מיין אינבאקס למעשה זעה איך נישט קיין שום פרישע אימעל וואסע פשט

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 3:26 pm
דורך פיטום
איז דא א וועג צו קענען אנשטעלן אז א אימעיל זאל אנקומען יעדן טאג די און די טאג, אדער אז עס זאל זיך שיקן שפעטער?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 3:44 pm
דורך קנאפער ידען
פיטום האט געשריבן:איז דא א וועג צו קענען אנשטעלן אז א אימעיל זאל אנקומען יעדן טאג די און די טאג, אדער אז עס זאל זיך שיקן שפעטער?

אין דזשימעיל אליינס קען מען נישט סקעדזשולען קיין מעסעדזשעס. אויב נוצטו אוטלאק קענסטו עס דארט טון, אויב נישט איז דא א עקסטענטשן וואס קען עס טון, עס הייסט באממערענג מעיל, אדער קען מען עס טון - עס איז נאר מער קאמפלעצירט - מיט גוגל סקריפטס, זע דא.

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 2:19 pm
דורך שווער
i want to close a gmail account and download before all old emails on a mac computer

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 2:59 pm
דורך Jobless
וי אזוי קען איך טשינדשען א נאמען אויף א אימעיל אקאונט. ביים עפענען די אקאונט האב איך בטעות געלייגט א נישט ריכטיג נאמען. ווי קען איך עס טשענדשען?

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 3:02 pm
דורך קיקיון
באקומען
Screenshot 2016-01-25 14.49.24.png
Screenshot 2016-01-25 14.49.24.png (4.41 KiB) געזעהן 2034 מאל

ווי פארשאפט \ באשפט מען דאס ? ענליכס?

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 3:13 pm
דורך VCF
איך וויל האבן די
@gmail.com
מיט מיין נאמען, עס איז נישט עוועיליבעל עני מאר, איך האב געטרייט צי קאנטעקטען די אדרעסס, און נישט באקימען קיין ריפליי, איז דא א וועג צי באקימען די אדרעס דורך וועריפייען אז עס איז נישט אין באניץ
?

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 3:23 pm
דורך קיקיון
Jobless האט געשריבן:וי אזוי קען איך טשינדשען א נאמען אויף א אימעיל אקאונט. ביים עפענען די אקאונט האב איך בטעות געלייגט א נישט ריכטיג נאמען. ווי קען איך עס טשענדשען?

Screenshot 2016-01-25 15.11.17.png

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 3:33 pm
דורך וועלטניק
שווער האט געשריבן:i want to close a gmail account and download before all old emails on a mac computer

דאס ברויך צו זיין דיין סולושן https://takeout.google.com/settings/takeout

געשריבן: מאנטאג ינואר 25, 2016 3:36 pm
דורך וועלטניק
קיקיון האט געשריבן:
Jobless האט געשריבן:וי אזוי קען איך טשינדשען א נאמען אויף א אימעיל אקאונט. ביים עפענען די אקאונט האב איך בטעות געלייגט א נישט ריכטיג נאמען. ווי קען איך עס טשענדשען?

Screenshot 2016-01-25 15.11.17.png

טייל מאל העלפט עס נישט, אויב זעהסטו אז ס'העלפט נישט טויש עס אין גוגל פלאס (אפילו דו האסט בכלל נישט קיין G+ אקאונט ברויכסו עפענען און דארט טוישן דיין נאמען).

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 10:55 am
דורך פיטום
ווען איך וויל אריינסיינען צו מיין דזשימעיל אקקאונט, פירט עס מיר צו יו טוב (ימ"ש).
ווי אזוי קען איך אפטיילן פוןיו טוב? פארוואס גייט ער בכלל אהין?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 12:24 pm
דורך VCF

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 1:05 pm
דורך פיטום
וואס זעה איך דא?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 1:24 pm
דורך קיקיון
פיטום האט געשריבן:ווען איך וויל אריינסיינען צו מיין דזשימעיל אקקאונט, פירט עס מיר צו יו טוב (ימ"ש).
ווי אזוי קען איך אפטיילן פוןיו טוב? פארוואס גייט ער בכלל אהין?


איך האב אנגעקלאפט אין א jnet block ווען איך האב געוואלט אריינסיינען אין אן אקאונט וואס איך ניץ זעלטען
פריוו די עצה וואס איך האב געטראפען
בילד
איך בין יעצט אריינגעסיינט און יענע אקאונט
איך האב עס נישט געפריווט פון SCRATCH איך האב פשוט מורא צו ארויססיינען און צוריק אריינסיינען

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 1:32 pm
דורך פיטום
שכח
העמיר פרובירן

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:10 pm
דורך קיקיון
אלס סעיפטי האב איך ג'עפענט מיינע דזשימעיל אקאונטב אין EDGE ארויסגעסייט פון קראום און צירוק אריינגעסיינט אין קראום אן עג"נ
פון YOUTUBE

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:58 pm
דורך אל תדאג
פארוואס איעדע מאל איך דאונלאד עפעס פון מיין אימייל צום קאמפיוטער. גייט עס אויך ארויף אויפן דרייוו?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 5:35 pm
דורך קיקיון
אל תדאג האט געשריבן:פארוואס איעדע מאל איך דאונלאד עפעס פון מיין אימייל צום קאמפיוטער. גייט עס אויך ארויף אויפן דרייוו?


עס גייט אין פאלדער XYZ און אויך אין GOOGLE DRIVE ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2016 7:04 pm
דורך אל תדאג
ס'גייט אריין אין די קאפיוטער, חוץ דעם זעה איך אין מיין דרייוו אלעס וואס איך האב נעם אראפ פון א אנדערע דרייוו.
מענין לענין: צו איז דא א וועג אז מען זאל קענען זעהן קליפס אדער פיקטשערס אויף דרייוו אליין אנען אראפנעמען Download?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 05, 2016 11:42 am
דורך חושב מחשבות...
איך האב א דזשימעיל אקאונט בערך א יאר א האלב אין יעצט לעצטענס געוואר געווארן אז עס לעבט נישט אויף אייביג און איך דערזע מיר אז איך האלט שוין ביי 14.73 GB (98%) of 15 GB used
די אקאונט איז מיר זייער וויכטיג עני העלפ???

געשריבן: דאנארשטאג מאי 05, 2016 11:43 am
דורך תורה לערנער
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב א דזשימעיל אקאונט בערך א יאר א האלב אין יעצט לעצטענס געוואר געווארן אז עס לעבט נישט אויף אייביג און איך דערזע מיר אז איך האלט שוין ביי 14.73 GB (98%) of 15 GB used
די אקאונט איז מיר זייער וויכטיג עני העלפ???

you can buy foe 1.99 a month 100 gb

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2016 5:03 pm
דורך יאנקל
ווען איך טריי צו עפענען גימעיל אויף פייערפאקס קומט דעיס ארויף, ווייסט איינער וואס איך קען טון? עס האט ביז יעצט געהעריג געארבעט
We've detected a problem with your cookie settings.
Enable cookies

Make sure your cookies are enabled. To enable cookies, follow these browser-specific instructions.
Clear cache and cookies

If you have cookies enabled but are still having trouble, clear your browser's cache and cookies.
Adjust your privacy settings

If clearing your cache and cookies doesn't resolve the problem, try adjusting your browser's privacy settings. If your settings are on high, manually add http://www.google.com to your list of allowed sites. Learn more

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2016 9:18 pm
דורך עין טובה
האסט שוין געפאלגט וואס ער האט געהייסן?
ער בעט ס"ה אז דו זאלסט אויסליידיגן די קעש און די קוקיס.
גוגל, און אסאך אנדערע סייטס נוצן דיינע קוקיס און קעש צו האלטן געוויסע אינפארמאציע (וואס דאס, אגב, מאכט עס שנעלער צו לאודען) אויב האט דיין בראוזער אויף סיי וואספארא אופן געמאכט פראבלעמען פאר גוגל צו נוצן דיינע קוקיס קען ער דיך נישט אריינלאזן אין דיין אקאונט. ס'קען זיין אז דיין קוקיס איז פשוט אויסגעלאשן.