בלאט 1 פון 1

וויקיפעדיע וויל קאנקורירן מיט גוגעל

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 25, 2006 10:10 pm
דורך קרעמער
דער גרינדער פון וויקיפעדיע, די אנליין ענציקלופדיע וואו יעדער קען שרייבן פרייוויליג, וויל יעצט גרונדן א זוך-ענדזשין אזוי ווי גוגעל און יאהו וכדומה.
http://upi.com/NewsTrack/view.php?Story ... 5944-3351r

בלייבט אונז בלויז איבער צו ווינטשן הצלחה..

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 9:33 am
דורך יאנאש
איך פארשטיי נאכנישט וואס עס גייט זיין בעסער ווי די אנדער צוויי, זיי באטיטלן עס using free, open-source software. Wales said he wants to use the same network concept and free software to create his search engine
וואס קען דאס מיינען, אז זיי גייען נישט האבן ספאנסערד לינקס??

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 10:58 am
דורך קרעמער
לאמיר פרעגן גרויזאמער... ער איז א שותף אין וויקי.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 2:56 pm
דורך זארעכפעפער
און אויב איך מעג טראכטן הויך:
איך פארשטיי אינגאנצן נישט דעם וויקפידיע, איך רעד פון די ענגלישע כמובן. די ארטיקלען דארט ווערן דאך געשריבן פון אינדיווידואלע שרייבער, טא ווער גיבט האפט אויף זייערע ווערטער?
און אנדערע ווערטער, ווען עס ערשיינט א בוך איבער א געוויסע נושא, שטייט קלאר ארויס ווער דער מוציא לאור איז, און דער ליינער זעלבסט קען באשליסן וויפיל - און צו בכלל - דער מו"ל איז אים מאסגעבנד אין די נושא, טעמע, באשרייבונג, אפשאצונג, דערציילונג, א.ד.ג., משא"כ אין וויקפידיע, וואס איך ווייס נישט מבטן מי יוצא הדברים, וויאזוי קען איך בכלל וויסן צו עס איז ריכטיג וואס דער און דער יעניגער שרייבט? ווער גיבט האפט אויף זיינע ווערטער? אפשר איז דער שרייבער אן עם-הארץ, ולכל היותר אן אומגעצייגטער, אין די נושא פון וועלכע ער האט געשריבן?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 26, 2006 3:03 pm
דורך קרעמער
אין די ענגלישע וויקי, צייכענען עפ"י רוב די שרייבער צו א מראה מקום פון וואנעט זיי נעמען זייערע רייד, און אויב פעלט טאקע די מקור דערפון, שרייבט די סיסטעם צו אז דאס איז אפן פאר דיסקוסיע, אזוי דאכט זיך מיר פון עטליכע באזוכענישן דארטן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 14, 2007 4:00 am
דורך שוועמל
יאנאש, אויף דיין פראגע איז דער ענטפער "יחי הקאמפעטישאן!!"

אויב וויקי מאכט אזא מעכטיגן סיורטש ענזשין ענליך צו גוגל, וועט גוגל מוזן רעדוצירן זייערע פרייזן פאר עדווערטייזן ביי זיי (וואס קאסט יעצט פון 5-18 סענט פער קליק!!)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 31, 2007 5:25 pm
דורך יעקב אלי בראך
אוי זענען זיי ביטערע בעבי'ס די וועקיפידיע.

זיי נעמען א שטיקל נייעס פון איין פלאץ, זיי מאכן דערפון אביסל מטעמים און פעפער, און דאס ווערט שוין א "נייעס" ביי זיי אלטס אפיציעל!

איי ווי איז דער מקור, נא דיר דא האסטו, א שטיקל פון א וועב סייד.

אוי מיט אזעלכע מענטשן ווער דארף נאך א טרינק פון מאשקע אז דו אויגן זאלן זיך אים דרייען