בלאט 1 פון 1

אינטערנעט ווערט 40 יאר אלט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 10:38 am
דורך קרעמער
אן ארטיקל איבער די 40'סטע געבורטסטאג פארטי פון די גרויזאמע און העכסט נוצבארע מכשיר וואס מיר אלע נוצן יעצט:
http://www.breitbart.com/print.php?id=C ... _article=1

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 11:06 am
דורך שוועמל
עפעס שטימט דא נישט, ס'יז דאך עלטער פון על גאור?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 30, 2009 11:13 am
דורך פרייליכערהייט
כא נישט אדורכגעליינט די ארטיקל דארט , אבער מיין מחשבה האט מיר פארפיהרט אין א אנדערע דירעקציע,
מיר אלס יודן, וואס די סכנה איז אזוי ריזיג,
די נעץ איז אזא נשמה כאפער,
די וועב איז אזא רוצח,
איהר פייער פלאקערט, עס רייסט שטיקער,
עס האט שוין ליידער פארברענט א חלק ניכר,
איהרע הענט זענען בלוטיג פון אסאך טייערע נשמות, וואס האבן ביי איהר דאס לעבן פארלוירן,
פיהל טרערן האט מען שוין וועגן איהר פארגאסן,
וועגן די באמבעס וואס זי האט אויף אונז געשאסן,
איהר כלי זיין שארפן נאך אלס זייערע שפיצן יעדן טאג, מיט נייע פלאג,
זי צייכנט כסדר אפ גרויסע זיגן, אידישע נשמות פאלן ווי פליגן,
פון אונזערע בעסטע שאף, שערט זי די וואל,
פון אונזערע שטערקסטע מיליטער, שרעקט זי זיך גארנישט,
אונזער הייליגסטע יסודות, וויל זי צוווארפן,
אויף איהרע וועגן גליטשן זיך די יוגנט,
אויף איהרע שטעגן טראסקענען די דורות,
פאר איהר טוט זיך יעדער פארנויגן
אבער וואס טוט זי פאר אונז טויגן,
צייכענען מיר דען אפ א יאהרטאג?
אדער ענדערש א יאהרצייט, !
א יום שמחה ? אדער א יום השואה,!
כמיין אז צו אונזער באדויער,
איז די טאג א טרויער, 1
גערעכט מקען אסאך פון איהר געניסן, אבער מיט וויפיל אנגסט אין שרעק איז עס ארומגענומען,

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 7:36 pm
דורך מאשקע
קרעמער, הייסט עס אז מר. אינטערנעט מעג שוין לערנען קבלה?...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 02, 2009 11:47 pm
דורך קרעמער
אם קבלה הוא נקבל..

אם שגורה תיפלתי כו' יודע אני שהוא מקובל (ואם לאו כו' שהוא מטורף).

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 10, 2009 11:44 am
דורך ווארד2007
איך האב נישט געוואוסט אז ער איז אזא אלטער בחור
אפשר שרייבט איינער דא ווען דאס איז אריינגעקומען אין די גאס, סך הכל ווייס איך דערפון אפשר 15 יאר, ווידער מיט קאמפיוטער ווייס איך פון אלס קליין יונגל נאך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 23, 2009 12:35 pm
דורך DONE