SSL סערטיפיקעט
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 25, 2009 8:45 pm
ביי יעדע סייט וואו מען לייגט אריין פריוואטע אינפארמאציע (למשל מען קען קויפן און אריינלייגן קרעדיט קארד נומערן) פארלאנגט זיך א סעקיוריטי וואס טוט ענקריפטן די דאטא וואס ווערט טראנספערירט צווישן דעם קלייענט'ס קאמפיוטער און די וועבסייטס סערווער.
די סארט סעקיוריטי ווערט גערופן SSL סערטיפיקאט, וואס באדייט secure socket layer. דאס פעלט זיך אויס וויבאלד א טיפישער אינטערנעט קאננעקשאן איז נישט סעיף און עס קען פארכאפט ווערן דורך פארשידענע העקערס וואס ברעכן איין אין פארטס און טוען כסדר נאשן אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט הין און צוריק. אבער מיט א SSL ווערט די דאטא ענקריפטעד אזוי אז אפילו עס ליעקט ארויס איז עס אבער אומליינבאר און ווערטלאז.
נישט אלע פעיזשעס פונעם וועבסייט זענען סעקיורד, בלויז די פעיזשעס פון טשעקאוט וואס הויבן זיך אן מיט https, די צוגעלייגטע S מיינט סעקיורד.
(אגב, אויף יעדע סייט וועט געווענליך שטיין אזא בילד פון א שלאס וואס טוט אנדייטן אז מיר פארמאגן אזא סערטיפיקעט, ווען מען קליקט אויף דעם בילד קען מען זען צי די סערטיפיקעט איז אויטענטיש צי נישט.)
בעאבאכטענדיג אביסל דעם נושא האב איך געזען ס'יז דא סייטס וואס פארקויפן אזוינע סערטיפיקעטס פאר שפאט ביליג למשל גיי טאטי (גאו דעדי) בעט דערפאר ארום 30-40 דאלער א יאר, און אלע וויילע האבן זיי עס פאר סעיל ארום 15 דאלער א יאר.
ווי ערשטוינט בין אין געווארן ווען זעענדיג אנדערע בעטן פאר אזא סערטיפיקאט 250 צי 500 דאלער א יאר. און איך רעד שוין נישט פון 'וועריסיין' וואס בעט באלד 1800 דאלער א יאר!!
וואס איז פשט פון די איבערגעטריבענע פרייזן און פארוואס זאלן מענטשן בכלל נעמען א סערטיפיקעט פאר אזוי טייער??