SSL סערטיפיקעט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

SSL סערטיפיקעט

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 25, 2009 9:45 pm

ביי יעדע סייט וואו מען לייגט אריין פריוואטע אינפארמאציע (למשל מען קען קויפן און אריינלייגן קרעדיט קארד נומערן) פארלאנגט זיך א סעקיוריטי וואס טוט ענקריפטן די דאטא וואס ווערט טראנספערירט צווישן דעם קלייענט'ס קאמפיוטער און די וועבסייטס סערווער.

די סארט סעקיוריטי ווערט גערופן SSL סערטיפיקאט, וואס באדייט secure socket layer. דאס פעלט זיך אויס וויבאלד א טיפישער אינטערנעט קאננעקשאן איז נישט סעיף און עס קען פארכאפט ווערן דורך פארשידענע העקערס וואס ברעכן איין אין פארטס און טוען כסדר נאשן אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט הין און צוריק. אבער מיט א SSL ווערט די דאטא ענקריפטעד אזוי אז אפילו עס ליעקט ארויס איז עס אבער אומליינבאר און ווערטלאז.

נישט אלע פעיזשעס פונעם וועבסייט זענען סעקיורד, בלויז די פעיזשעס פון טשעקאוט וואס הויבן זיך אן מיט https, די צוגעלייגטע S מיינט סעקיורד.

(אגב, אויף יעדע סייט וועט געווענליך שטיין אזא בילד פון א שלאס וואס טוט אנדייטן אז מיר פארמאגן אזא סערטיפיקעט, ווען מען קליקט אויף דעם בילד קען מען זען צי די סערטיפיקעט איז אויטענטיש צי נישט.)


בעאבאכטענדיג אביסל דעם נושא האב איך געזען ס'יז דא סייטס וואס פארקויפן אזוינע סערטיפיקעטס פאר שפאט ביליג למשל גיי טאטי (גאו דעדי) בעט דערפאר ארום 30-40 דאלער א יאר, און אלע וויילע האבן זיי עס פאר סעיל ארום 15 דאלער א יאר.

ווי ערשטוינט בין אין געווארן ווען זעענדיג אנדערע בעטן פאר אזא סערטיפיקאט 250 צי 500 דאלער א יאר. און איך רעד שוין נישט פון 'וועריסיין' וואס בעט באלד 1800 דאלער א יאר!!

וואס איז פשט פון די איבערגעטריבענע פרייזן און פארוואס זאלן מענטשן בכלל נעמען א סערטיפיקעט פאר אזוי טייער??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג אפריל 01, 2012 1:37 pm

ווייסט איינער וואס איז די דאמעין נעים וואס טשעקט די SSL?

איך האב געמאכט א ווייהט ליסט, אבער עס מאכט פראבלעמען נישט קענענדיג טשעקן די SSL

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג אפריל 01, 2012 1:57 pm

צו וועריפייען א SSL סערטיפיקאט דארף מען נישט האבן קיין אינטערנעט. דער קאמפיוטער האט א ליסטע וועמען ער טראסט, און אין דער ליסטע זוכט ער נאך אויב דער סערטיפיקאט איז גוט אדער נישט.

דער פראבלעם איז מסתמא, אז וויבאלד SSL נוצט נישט קיין דאמעין נאמען צו מאכן דעם HTTP ריקוועסט, בלויז דעם איי. פי., ווייסט נישט דיין פילטער דורכצולאזן דעם קאנעקשאן. פראביר אריינצולייגן די איי. פי. פונעם וועבזייטל אינעם ווייט-ליסט און זעה אויב דאן ארבעט עס.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » זונטאג אפריל 01, 2012 2:19 pm

אז כ'בין שוין יא דא, און שוועמל איז אזוי שיין מסביר SSL, וועל איך צולייגן עטליכע הערות.
שוועמל האט געשריבן:די סארט סעקיוריטי ווערט גערופן SSL סערטיפיקאט, וואס באדייט secure socket layer. דאס פעלט זיך אויס וויבאלד א טיפישער אינטערנעט קאננעקשאן איז נישט סעיף און עס קען פארכאפט ווערן דורך פארשידענע העקערס וואס ברעכן איין אין פארטס און טוען כסדר נאשן אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט הין און צוריק. אבער מיט א SSL ווערט די דאטא ענקריפטעד אזוי אז אפילו עס ליעקט ארויס איז עס אבער אומליינבאר און ווערטלאז.

מען דארף נישט אנקומען צו קיין העקערס צו פארשטיין דעם פראבלעם פון נישט-ענקריפטעד דאטא.

ווי דו זאגסט, איז א טיפישער קאננעקשאן נישט ענקריפטעד. דאס מיינט אז, ווען איך גיי צו מיין באנק - מיין קאמפיוטער קאמיוניקירט מיט מיין באנק'ס קאמפיוטער - ווערט די דאטא געשיקט ארויס פון מיין נעטווארק אינדערהיים, צו מיין אינטערנעט פראוויידער, למשל ווערייזאן, דערנאך צו דעם גרויסן אינטערנעט (פילע אנדערע פראוויידערס), ביז ענדליך קומט עס אן צו מיין באנק'ס נעטווארק.

דער פראבלעם איז, אז אפילו נישט העקערס וועלן לעגאל קענען זעהן אלע דאטא וואס ווערט טראנספערירט דורך די אלע נעטווארקס. אלע איינגעשטעלטע ביי די אלע פירמעס, ווערייזאן, דזשעי נעט, אפטימום א.ד.ג., אויב ווילן זיי שטארק, קענען זיי אנאליזירן די טראפיק און זעהן מיין אקאונט נאמבער א.א.וו.

אבער ווען מען קאננעקט זיך צו א וועבזייטל וואס פארמאגט א SSL סערטיפיקאט, ווערט אלע טראפיק צווישן דער קאמפיוטער און די וועבזייטל ענקריפטעד, און בלויז די וועבזייטל קען פארשטיין די דאטא. אלע נעטווארקס אויף וואס די טראפיק לויפט דורך אינצווישן אנצוקומען צו דער וועבזייטל קענען דאס נישט אפליינען.

נאר צוליב די צוטרוי וואס SSL שטעלט צו קען היינט אנגיין קאמערץ אויפן אינטערנעט אויף אזא גרויסן פארנעם.
שוועמל האט געשריבן:ווי ערשטוינט בין אין געווארן ווען זעענדיג אנדערע בעטן פאר אזא סערטיפיקאט 250 צי 500 דאלער א יאר. און איך רעד שוין נישט פון 'וועריסיין' וואס בעט באלד 1800 דאלער א יאר!!

איך האב נישט יעצט נאכגעקוקט די פרייזן, און 1800 איז גאר פעפעריש, אבער עס איז דא עטליכע מינים SSL סערטיפיקאטס, און יעדע האט אן אנדערע פרייז. אחוץ פון וואס מען ניצט SSL פאר פארזיכערטע טראפיק צו וועבזייטלעך, ווערט דאס אויך געניצט צו פארזיכערן אז פראגראמען האבן נישט קיין וויירוסעס, אדער פאר VPN קאננעקשאנס, אדער פאר סערטיפיקאט אויטאריטעטן (אויב וויל מען אליין קענען מאכן סערטיפיקאטס).

א וויילדקארד סערטיפיקאט - וואס האט די מעגליכקייט צו פארמאגן א שטערנדל אינעם דאמעין נאמען, און אזוי פארזיכערט עס אלע סוב-דאמעינס - קאסט אויך מער ווי א געווענליכע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11009
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אפריל 08, 2012 10:54 pm

איך האב נישט לאנג צוריק געקויפט פון גאו דעדי א וויילד קארט 128 ביט ענקריפשען ססל פאר 199 מיינעס א קיופאן
שטייצעך עס עקספייערט נאך א יאר

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 4:31 pm

:lol: :lol:
microsoftttt.png
microsoftttt.png (36.98 KiB) געזעהן 1177 מאל
איזי

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:48 pm

פיין! שוין פארראכטן אבער...
-------

אין אנדערע SSL (אדער היינט איז עס שוין TLS) נייעס, האט מאזילא (דער פייערפאקס ארויסגעבער און בכלל א גרויסע מאכער אינעם בראוזער/אינטערנעט ארענע) געמאלדן אז זיי פלאנען צו דיסטראסטן (דאס הייסט עס אננעמען ווי נישט קיין סערטיפיקעט) סערטיפיקעטס ארויסגעגעבן דורך דער סערטיפיקעט אוטאריטעט פון דער Staat der Nederlanden, דאס איז א סערטיפיקעט ארויסגעבער אין די נעדערלאנדס אנגעפירט דורך דער סיקרעט-סערוויס-עקוויוועלענט פון די נעדערלאנדס.

דאס קומט נאך וואס א פרישע סעקיורעטי סערוויס אקט וואס גייט אריין דארט אין געזעץ אום 2018, דער געזעץ ערלויבט אויסדריקלעך די לאו אינפארסמענט אגענטורן צו זיך אריינבאקומען אין סיסטעמען דורך א מעטאד גערופן "פאלשע שליסלעך", דאס הייסט אז אויב שייך זאלן זיי באקומען פאלשע סערטיפיקאטן וכדו' למשל זיי זענען ווען גוגל וכדו' און דער יוזער זאל מיינען ער האט דער עכטער סעקיור גוגל בעת וואס ער האט גוגל מיט א סארט פאלשע גוגל סערטיפיקעט.

אוודאי וואלט דאס געווען א חורבן ווען די זעלבע פייער צינדער וואס ערלויבן אפעציעל אזאנס צו טון האבן גאר אפעציעל די לעשער שליסלן פון א "סערטיפיקעט אוטאראטי" וואס דער פונקט פון אזאנס איז אז עס זאל זיין איינער טראסטעד וואס זאל אבאכט געבן לויט די רעגולאציעס אז אין שתי מלכים משתמשים בכתר אחד, נאר איינער - און דער עכטער אונער - קען באקומען א סערטיפיקעט פאר זיין סייט.

געווענדליך נאך אזא שריט פון מאזילא טאנצן די אנדערע בראוזער ארויסגעבער שנעל נאך.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט