בלאט 1 פון 1

וויאזוי טרעפט מען זאכן אויף איבעי פאר ביליג??

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:12 pm
דורך מאקאווער
כהאב אמאל געהערט אז אויב מטייפט אריין א נאמען פון וואס מזוכט מיט א ספעלינג מיסטעיק בכוונה פארשטייצעך למשל למשל משרייבט "מאקעווער" אנשטאט "מאקאווער" קומט מען אן צו גאר ביליגע זאכן ווייל אזוי ווי ווען אמענטש זוכט אן אייטעם טייפט ער אריין דעם נאמען און דארטן בידט דער עולם אין גרויסן מילא צאלט מען דארט רעבע געלט משא"כ סקען אמאל זיין אז עמיצער האט בטעות נישט גוט געספעלט דעם נאמען פונעם אייטעם מילא קומט קיינער נישט אן דערצו מילא בידט קיינער נישט דערויף מילא קעמען אריינכאפן פיינע מציאות

אפעליר איך דא אויב איינער ווייסט גוטע טיפס און אייצעת וויזוי מקען זיך איינהאנדלען דארט זאכן פאר ביליג (לאפהאולס ווי מרופט דאס) זאל ביטע מזכה זיין דעם עולם

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:34 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
עס איז דא סוירטש ענדשינס פאר דעם דא האסטו איינס פון זיי

http://www.bargainchecker.com/

דא האסטו נאך איינס

http://www.fatfingers.co.uk/

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 12:42 pm
דורך שלמי
עס איז אן אמת'ע זאך.
איך האב עס געהערט די ערשטע מאל אלץ אן עצה צו פארקויפן בעסער, אז מען זאל אריינלייגן קי-ווארדס מיט ספעלינג טעותים, אזוי אז מענטשן וואס זוכן די אייטעם אבער קענען עס נישט ספעלן געהעריג זאלן אויך קענען בידן אויף דיין אייטעם.