בלאט 1 פון 1
אינטערנעט קרעכצט אינטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:43 am
דורך משה קארנפעלד
לעצטענס ווער איך געפלאגט מיט א פראבלעם די אינטערנעט האט זיך גענומען אינטער קרעכצן, אלעס לאוד זיך שטיי ווי א טעשרעפאכע, ווען א זייטל עפענט זיך שוין יא הערשט א טאטאלע חורבן די גאנצע בלאט איז צופארן אן קיין סדר.
איך האב מיך שוין פארבינדן מיט מיין סערוויס פראוויידער ער טענהט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם אין די אינטערנעט סערוויס זעלבסט, נאר לויט זיין שאצונג איז עס א פראבלעם אין מיין קאמפיוטער.
אויך האב איך שוין פראבירט אלע אנטי ספייווער/מאלווער/וויירוס פראגראמאן קיינער האט גארנישט געטראפן, און דערווייל שטיי איך גענצליך הילפסלאז די ארבייט נעמט מיר בלי גוזמא דאפעלט צייט.
מיין קאמפיוטער איז נישט קיין אלטע בחור, און ביז ממש לעצטענס האט די אינטערנעט געארבייט א מחיה די בלעטער האבן זיך געגאסן ווי ריינע וואסער.
קען איינער ארויס העלפן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:47 am
דורך שוועמל
מסתם א וויירוס.
מוזט האבן א גוטן אנטי וויירוס כדי צו קלינען.
האסט פרובירט הייזשעקדיס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 8:52 am
דורך משה קארנפעלד
ניין דאס האב איך נאך נישט פראבירט איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.
ווי אזוי זאגט מען עס בלשון עם זר איך זאל עס קענען אפיר זוכן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:06 am
דורך ווארד2007
אפשר האט דאס צו טון מיט א אנגעפילטע הארד דרייוו (אדער מעק די טעמפארערי פיילס)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:07 am
דורך משה קארנפעלד
ווארד, מיין קאמפיוטער איז מער ליידיג ווי פול.
שוועמעל, איך האב עס שוין געפונען גיי מיר יעצט פראבירן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:45 am
דורך שוועמל
טעמפארערי פיילס האט גארנישט מיט ווי פול דיין קאמפיוטער איז, עס איז א פאלדער וואס מען מוז רעגלמעסיג אויסליידיגן.
גיי צו אינטערנעט אפשענס > דיליט > דעליט טעמפ. פיילס.
הייזשעק דיס לאז ראנען און מאך א סקען, רעמאוו אלע BHO אביעקטן און ליידיגע ליינס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 9:54 am
דורך משה קארנפעלד
אלעס וואס הייבט זיך אן מיט BHO קען איך רואיג דיליטן?
איך האב געציטערט צו טאטשען די ליסט אן וויסן וואס איך מעג און וואס נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 15, 2009 11:13 am
דורך שוועמל
יא, חוץ די פון גוגל
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 16, 2009 9:25 am
דורך משה קארנפעלד
יש"כ שוועמל אלעס ארבייט שוין ווי עס דארף צו זיין.
איך בין נישט קלאר אויב דאס איז טאקע געווען די טוטער, ווייל נאכדעם האט נאך מיין אינטערנעט ווייטער געמאכט קונצן, אבער עטליכע שעה שפעטער האט זיך אלעס גענומען גיין ווי געשמירט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 10, 2010 11:08 pm
דורך KCSP
איך האב אלעס פראבירט און עס ארבעט נאך אלס זייער שטייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:27 pm
דורך ניק ניק
אונטערנעט איז זייער שטייט נאר היינט, מה פשט? האט אפשר צו טוהן מיטן רעגן?
ווי דיליעט מען טעמפערערי פיילס אין קראום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:42 pm
דורך אַבּערוואַס
ניק ניק האט געשריבן:אונטערנעט איז זייער שטייט נאר היינט, מה פשט? האט אפשר צו טוהן מיטן רעגן?
ווי דיליעט מען טעמפערערי פיילס אין קראום
ס'קען האבן צוטאן מיט'ן רעגן און יומידיטי בפרט אויב דו האסט DSL.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:52 pm
דורך מומחה עצום
ניק ניק האט געשריבן:אונטערנעט איז זייער שטייט נאר היינט, מה פשט? האט אפשר צו טוהן מיטן רעגן?
ווי דיליעט מען טעמפערערי פיילס אין קראום
נוץ Ccleaner
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 2:47 pm
דורך ניק ניק
שכוח מומחה, סוקסעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:59 pm
דורך פרוביר אויך
משה קארנפעלד האט געשריבן:ניין דאס האב איך נאך נישט פראבירט איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון.
ווי אזוי זאגט מען עס בלשון עם זר איך זאל עס קענען אפיר זוכן?
??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:27 pm
דורך מומחה עצום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:31 pm
דורך פרוביר אויך
thanks