בלאט 1 פון 1
גוטע האוסטינג סערוויס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:26 am
דורך שוועמל
איך זוך א גוטע און שנעלע האוסטינג סערוויס פאר אימעזשעס.
דערווייל האוסט איך מיינע אימעזשעס (פון מיין וועבסייט) אויף מיין סערווער אבער סוואקסט מער און מער, דעריבער זוך איך א גוטע און שנעלע האוסטינג סערוויס וואס מיין וועבסייט וועט שלעפן די אימעזשעס פון יענעם האוסטינג סערווער.
כ'אב אמאל געהערט אז עמעזאן נוצט אויך אזא סערוויס, איך געדענק שוין נישט די נאמען פונעם האוסטינג סערוויס. איינער ווייסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 30, 2009 11:44 am
דורך DONE
די גרויסע websites נוצען א אנדערע server פאר בילדער אבער
סאיז אויך זייער server
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 31, 2011 9:44 pm
דורך שוועמל
איך זוך א נייע האסטינג קאמפאני.
איינער האט עקספיריענס מיט עני פארלעסליכע האוסטינג וואס זאל סופפארטן MS SQL?
געקומען דער צייט צו טוישן מיין יעצטיגע האסטינג, כ'אב שוין געטרייט די לעצטע פאר טאג פארשידענע האסטינג און אלע זענען גארנישט ווערד, מיט גאר שוואכע סופפארט ממש א דיזעסטער זענען דיר בכלל נישט גרייט צו העלפן, טשארזשן דאפלט וכו'.
והוקע אותם נגד השמש:
www.1and1.comwww.mochaHost.comאויב ווייסט איר פון באמת א גוטע האסט ביטע מודיע זיין.
מוז זיין דווקא א ווינדאוס האסטינג, נישט לינוקס.
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 31, 2011 10:17 pm
דורך לאז געמאכט
שוועמל האסט שוין פרובירט
www.softsyshosting.com כ'נוץ זיי שוין אפאר יאר כולם שוה לטובה. :)
גיי-טאטע האסטו פרובירט? זיי האבן אויך גוטע סערוויס (טייערע פרייזן אבער)
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 1:37 am
דורך שוועמל
סאפטסיס האט שטארקע לימיטעשאנס אין בענדוויט און אין האסטינג ספעיס און זיי צווינגען דיך צו נוצן VPS וואס קאסט פול מער.
גאו דעדדי טוט נישט ערלויבן פרייוועט SSL אויף שערד האוסטינג, מוז איך ווייטער גיין צו VPS וואס קאסט פול מער.
איך זוך א קאסט-עפפעקטיוו האסטינג, מעג זיין SHARED, אבער זאל קענען האבן פרייוועט SSL אינסטולירט, מיט סופפארט פאר MSSQL. אויך גוטע בענדוויט עללאטמענט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 9:40 am
דורך פאטאקי08
וויפיל ביזטו גרייט צי צאלען א חודש?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 7:46 pm
דורך שוועמל
10-15 דאלאר א מאנאט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 11:50 pm
דורך snax
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 01, 2012 11:56 pm
דורך שוועמל
זיי זענען נישט קיין ווינדאוס האסטינג.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 2:35 pm
דורך געוואלד
איך ניץ
www.arvixe.com זיי האבן די לעטסט .net גאנץ גיטע ראטעס
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 5:54 pm
דורך שוועמל
ווילאנג נוצטו זיי שוין?
וויאזוי איז זייער אפטיים, און זייער סופפארט.
דאנקע
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 11:30 pm
דורך לבנה קריכער
האוסטינג מיט סימפעל דיזייען
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:09 pm
דורך געדאנקן
א גוט יאר
למעשה פון די גאנצע שמועס בין איך נישט ארויסגעקומען קלאר ווער איז א גוטע האוסטינג קאמפעני, עטליכע האבן דא אין קרעטמשמע אנגעוויזן אויף 1ענד 1 למעשה וויפיל איך האב געזען אויפ'ן ערשטן בליק פארמאגן זיי נישט קיין מורא'דיגע גוטע ריוויעס נאר אדרבה
וואס איך זיך יעצט איז צו קויפן א דאמעין, איך וויל עס קענען נעמען ווען איך וויל, מיין שאלה איז לאזן אלע מיטנעמען די דאמעין (מסתם כמעט אלע לאזן, אבער איך פרעג ווער עס מאכט נישט קיין שוועריגקייטן) אויך זיך איך יעצט א קאמפעני וואס שטעלט צו א בעסיק דיזייען פאר א וועב סייט פאר א צוגעגליכע פרייז
סך הכל: איך זוך א נארמאלע האוסטינג קאמפעני ווער האט גוטע ערפארונג?
א דאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:24 pm
דורך תרגום יונתן
ריר נישט צו 1and1 וועסט חרטה האבן טויזענט חרטות און דיין נשמה וועט נישט האבן קיין רוה.
א דאמעין קען מען אייביג מיטנעמען. (אדער פארווערד עס צו דיין האוסט).
כ'האט שוין זייער לאנג נישט געניצט ביליגע/שעירד האוסטינג. אפשר מארגן וועל איך פרובירן אפירזוכן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:28 pm
דורך leiby
אגב איבער אימעדזש האוסטינג שטעלט יעצט עמעזאן צו אזא סערוויס, אונזער קאמפעני ריקט יעצט אהין אלע אימעדזשעס, זיי זענען ביליג און גוט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:14 am
דורך שוועמל
געדאנקען,
צו קויפן א דאמעין האט גארנישט מיט האוסטינג קאמפאניס, פערצופאל פארקויפן רוב האסטינג קאמפאניס אויכעט דאמעינס אלס פארט פון זייער סערוויס אבער דו מוזט בכלל נישט קויפן די דאמעין דארט וואו דו פלאנסט צו האוסטן.
א דאמיען קויפט מען ביי גוגל, אדער ביי גא דעדי. די דאמעין ווערט רעזשיסטערד ביי זיי אדער דורך זיי, דערנאך קענסטו אנשטעלן די NS צו פוינטן צו דיין האוסטינג קאמפאני.
גאו דעדי שטעלט צו פינף פעיזש אומזיסטע "וועבסייט טאנייט" מיט איין אימעיל אדרעס פאר יעדע דאמעין וואס מען קויפט ביי זיי.
און איך בעט דיך ריר נישט צו 1ענד1.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 3:27 pm
דורך פאטאקי08
וואס איז אזוי שלעכט מיט 1 ענד 1?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 7:36 pm
דורך תרגום יונתן
איך האב זייער שלעכטע עקספיריענס מיט זיי. כ'האב נאך פיל דאמעין נעימס דארט, אבער אלע האוסטינג אוועקגענומען.
קאסטומער סערוויס איז אין אינדיע (די פירמע איז א דייטשע, מיין איך), ספיד איז שטייט, און כ'האב געהאט קוריאזע בילינג אישוס מיט זיי.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 7:58 pm
דורך לבנה קריכער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 8:34 pm
דורך משנה מקום
פאר די דאמעין נאמען איז 1 ענד 1 ביליג און דארפסט נישט צו האבען קיין פראבלעמען האוסטען קענסטו ערגעץ אנדערש סהאט נישט קיין שייכות
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:02 pm
דורך געדאנקן
א דאנק פאר אלע מגיבים דא
סך הכל שמועס: פאר דאמעינס איז נישט קיין חילוק ווי מען קויפט עס קיינער מאכט נישט קיין פראבלעמען מיט'ן עס אוועקנעמען.
פון 1 און 1 דארף מען שטיין ווייט.
יעצט ווער איז די בעסטע פאר א בעסיק וועב דיזיין מיט גוטע קאוסטמער סערוויס צו העלפן דיזיינען?