בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 13, 2009 9:26 am
דורך farshlufen
געשמאקער ווי געשמאק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 4:20 pm
דורך שאינו יודע לשאול
איך קלער אז גוגל האט נאך אלץ געגעבן א פתח פתוח פאר אינז יודעלעך ווען זיי טרענסילעטען א סענטנס געבן זיי אן אפשען פון Contribute a better translation אין נאכדעם געבן זיי א יישר כח hank you for contributing your translation suggestion to Google Translate דאס מיינט אז זיי ווילען הערן וואס איעדער עס רעדט די שפראך האט צו זאגען אין זאל האבען א מיינונג אין קלער אז אויב עס וועט זיין גענוג הערות אויף א יעדע אויסשפריך אזוי ווי די היימישע אידיש וועט גוגל טוישען דע אופן פון טרענסילעטן לויט די רוב וואטס לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט איך האב שוין אסאך אזוי געטוען איך האף צו זעהן רעזולטאטען ווי שנעלער אין מיט א כח הרבים קומט מען אן לאמער אנכאפען גוגל ביים הארען אין אים בע"כ טוישען אין אים היימיש מאכן

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 11:33 pm
דורך קארל
אויב איינער האט נאכנישט אנגעמערקט דא:
אויב וויל מען איבערזעצן פון סיי וועלכער שפראך (חוץ ענגליש) אויף אידיש, טוט "גוגל טרענסלעיט" עס אינערליך איבערזעצן אויף ענגליש און דערנאך גיט ער ארויס די איבערזעצונג אויף אידיש. למשל דאס העברעאיש ווארט "אמינות" טייטשט ער איבער: "רעליאַביליטי." ודו"ק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 8:41 am
דורך האניג
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 1:23 pm
דורך thefact
קארל האט געשריבן:אויב איינער האט נאכנישט אנגעמערקט דא:
אויב וויל מען איבערזעצן פון סיי וועלכער שפראך (חוץ ענגליש) אויף אידיש, טוט "גוגל טרענסלעיט" עס אינערליך איבערזעצן אויף ענגליש און דערנאך גיט ער ארויס די איבערזעצונג אויף אידיש. למשל דאס העברעאיש ווארט "אמינות" טייטשט ער איבער: "רעליאַביליטי." ודו"ק.
קארל: פון ווי נעמט איר דאס?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 27, 2009 8:00 pm
דורך קארל
thefact האט געשריבן:קארל האט געשריבן:אויב איינער האט נאכנישט אנגעמערקט דא:
אויב וויל מען איבערזעצן פון סיי וועלכער שפראך (חוץ ענגליש) אויף אידיש, טוט "גוגל טרענסלעיט" עס אינערליך איבערזעצן אויף ענגליש און דערנאך גיט ער ארויס די איבערזעצונג אויף אידיש. למשל דאס העברעאיש ווארט "אמינות" טייטשט ער איבער: "רעליאַביליטי." ודו"ק.
קארל: פון ווי נעמט איר דאס?
איר קענט דאס זען פון דעם ביישפיל וואס איך האב דערמאנט. מער באריכות מיט נאך א ביישפיל: ווען "גוגל טרענסלעיט" זעצט איבער אויף אידיש ענגלישע ווערטער וואס ער קען נישט קיין אידיש ווארט פאר זיי פירט ער זיך צו טראנסליטירירן דעם ענגלישן ווארט, צום ביישפיל: דאס ווארט "conservation" זעצט ער איבער "קאַנסערוויישאַן". דאס זעלבע ווארט זעצט ער איבער אויף עברית: "שימור". יעצט אויב איר זעצט איבער דעם העברעאישן "שימור" דירעקט אויף אידיש באקומט איר דעם זעלבן "קאַנסערוויישאַן". דאס איז פשט אז אינערליך זעצט ער איבער "שימור" אויף "conservation" און דאן גיט ער ארויס די "אידישע" איבערזעצונג/טראנסליטעראציע: "קאַנסערוויישאַן".