בלאט 1 פון 9

הילף איבער גוגל וואויס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:25 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
אזוי ווי אלעמאל ווען איך האב א טעכנעלאגישע פראבלעם פראביר איך אלעמאל איינע פון די עצה'ס "די אידישע וועלט" אויב זיי האבן עפעס א לעזונג דערצו די זעלבע אויך וועל איך האב געהאט שאלות איבער גוגל וואיס בין איך אהער געקומען און.... ואיננו אזוי אזוי האט זיך עס געצויגן ביז איך האב מחליט געווען אז, קריינא דאיגרתא דא להוי איך ווייס נישט וואזוי עס ספעלט זיך די נעקסטע ווארט...

און לעניננו איך שייך אויף א וועג צו האבן צווי גוגל וואיס נומערן וואס זאלן גיין צו איין סעלפאן???
(אויב נישט האבן נאך די טעלעפאן קאמפעניס נאכנישט דערלייגט ווייל וואס איך האב געוואלט איז אז איך וועל האבן צוויי נומערן איינס מיין פריוואטע און איינס פאר מיין ביזנעס און עס מיט איין טעלעפאן וואס וועט זיין אנגעשטעלט אז פון ניין טו פייף וועט גיין די אפיס נומער צו מיין סעל און די איבריגע צייט וועל איך האבן מנוחה און איך וועל זיך שפארן אויף מיין ביזנעס פאן אבער ווי עס זעט מיר אויס קען מען דאס נישט טוהן וועל איך דארפן ווייטער האבן א געהעריגע פאן אין ביזנעס...)

און האט איינער א השגה אויב עס וועט אמאל ווערן אזוי ווי טולק וואס עס וועט זיין דאונלאדעט אויפן קאמפיוטער???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:27 pm
דורך מאשקע
אין די קאמפיוטער פארומס איז דא א ריזיגער אשכול פון גוגעל וואויס (מלפנים גרענד סענטראל). דארט קענסטו אנפרעגן און פילייכט טרעפן אסאך אינפארמאציע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:43 pm
דורך סאדע_באטל
נישט פרובירט, אבער די שכל זאגט אז יא.
פארוואס זאל די טעלעפאן נישט קענען אנעמען צוויי ליינס, פונקט אזוי ווי, למשל, ווען דו מאכסט אז עס זאל קלונגען אויף דיין סעלפאון, קומט אויס אז דיין סעלפאון, האט יעצט צוויי ליינס וואס קלונגט אריין דערין, איינס דער אריגינעלער נומער פון די סעלפאון, און די צווייטע די גוגל וואויס נומער.
יעצט קענסטו אין די זעלבע צייט אויך מאכן אז דיין היים נומער זאל ווערן פארווערדעד צו דיין סעלפאון, האלט מען שוין ביי דריי ליינס, וואס קלונגט אלס אויף איין קליינטשיגע כלי.
וכאן הבן שואל, פארוואס זאלסטו נישט קענען מאכן אז א צווייטע גוגל וואויס זאל ווערן פארטעד צו דיין סעלפאון.
אלזא, לכאורה דארף עס צו ארבעטען, אבער עס איז נאר דא איין וועג זיך איבערצוצייגן אויף הונדערט פראצענט, און דאס איז, פרובירן.....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:44 pm
דורך מאשקע
ביי גרענד סענטרעל האסטו קלאר "נישט" געקענט האבן צוויי נאמבערס וואס זאל זיין געפארווערד צו די זעלבע סעל נומער. אפשר היינט ביי גוגעל קען מען שוין יא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:48 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
מאשקע האט געשריבן:אין די קאמפיוטער פארומס איז דא א ריזיגער אשכול פון גוגעל וואויס (מלפנים גרענד סענטראל). דארט קענסטו אנפרעגן און פילייכט טרעפן אסאך אינפארמאציע.

איך דורך געקנעטן יענעם אשכול דא רעד איך וועגן הילף די קעפל דארף וועל זייין א טראפ אנדערש

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:49 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
שוין פאראכטן א גוטע נאכט העמער זיך זעהן מארגן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:55 pm
דורך farshlufen
מ'קאן "נישט" ליסטן די זעלבע פאון ליין אויף צוויי גוגל אקאונטס, שוין פראבירט, עס לאזט נישט אריין אין דעם צווייטן פאר מען נעמט עס אראפ פון ערשטן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:30 pm
דורך תמים
וויאזוי ריקארד מען א שמועס אויף א בלעקבערי דורך גאגעל וואויס?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:31 pm
דורך שמיי_דריי
פארשלאפן, מען קען קלאר יא... איך האב אין ארבייט א חבר וואס האט צוויי גוגל וואויס ליינס און עס ארבייט א מחי'... אדריטע האבן זיי שוין נישט געלאזט צולייגן..

בד"ו פאר ווער עס ווייסט נישט מען קען דאונלאודען אספעציעלע פראגראם פאר בלעקבערי טעלעפאונען פון ווי מען קען ארויסרופן און עס זאל ארויףקומען די איידי פון גוגל וואויס און עס אי דא שארט קאטס ווי צו רעקארדירן טעלעפאון געשפרעכן און נאך אפציעס.. ווי אויך קען מען שיקן טעקסט מעסעטשעס..

עס איז דא דארט אויף גוגל וואויס אפאר ווידיאוס קוקט דורך די פאר ווידיאס און איר וועט ארויס האבן ווי אזוי עס ארבייט מיט אלע אירע פילע אפציעס...

א גוטע נאכט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:52 pm
דורך נאטורליך
שמיי דריי אפשר זאסטו פון ווי מען קען דאונלאדען דעם ספעציעלע פראגראם פאר בלעקבערי ? א דאנק פון פאראויס

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:03 pm
דורך למעלה משבעים
כבוד חברים היקרים, מלפנים האט גוגל וואויס געלאזט פארשידענע זאכן וואס זיי האבן צוביסלעך געטוישט, וחד מהנך איז דאס האבן איין טלפון נומער צו צוויי גוגל נומערן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:10 pm
דורך תמים
שמיי_דריי האט געשריבן:בד"ו פאר ווער עס ווייסט נישט מען קען דאונלאודען אספעציעלע פראגראם פאר בלעקבערי טעלעפאונען פון ווי מען קען ארויסרופן און עס זאל ארויףקומען די איידי פון גוגל וואויס און עס אי דא שארט קאטס ווי צו רעקארדירן טעלעפאון געשפרעכן און נאך אפציעס.. ווי אויך קען מען שיקן טעקסט מעסעטשעס..


וויאזוי קען מען ריקארדן דורךן בלעקבערי טעלפאון קאלס?

דא איז די לינק צו אינסטארלירן אויפן בלעקבערי:
http://m.google.com/voice?hl=en&dc=gorganic

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 1:05 am
דורך שמיי_דריי
איך מיין אז די שארט קאט צו רעקארדירן איז דריקן 4

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:58 am
דורך קאלטס און ווארעמס
אפשר מיט די צייט וועלן זיי עס צולאזן ווען זיי וועלן האבן גענוג פלאץ פארן גאנצן עולם, ווייל די פשוטע סיבה וואס יעדער פארשטייט פארוואס זיי לאזן עס נישט צו איז כדי אז דער עולם זאל נישט אנהייבן צו כאפן אלע נומבערס וויפיל מען וויל (פארוואס נישט עס איז דאך בחינם...) אפשר מיט די צייט וועט זיי עס נישט אנגיין ווייל זיי וועלן האבן גענוג.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:24 am
דורך שמיי_דריי
ווען איר גייט אריין דא קענט איר זעהן אלע ווידיאוס ווי אזוי זייער סיסטעם ארבייט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:28 am
דורך קאלטס און ווארעמס
עס ארבייט נישט מיט קיין דזשעי נעט

Help With Google Voice

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 12:15 am
דורך arya1
קען מיר איינער ביטע זאגן אין קורצן ווי אזיו מען קען מאכן א גוגל וואוס פאר א מאנטריאל איינוואונער ולמצוה גדולה יחשב,

Or contact me in google talk A.r10950@gmail.com
Thanks

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 9:57 am
דורך למעלה משבעים
ביי גרענד סענטל און אזוי אויך אנפאנג ווען זיי האבן געטוישט צו גוגל וואויס האט מען געקענט, יעצט דערווייל קען מען נישט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 7:11 pm
דורך לאקשען ברעט

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 7:19 pm
דורך arya1
קען איינער מיר דא שרייבן סטעפ ביי סטעפ וואס צי טהון !!??

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 13, 2010 7:51 pm
דורך למעלה משבעים
יאפ, לאקשען איז גערעכט, זייער פשוט, גיי דא לייג אריין דיין גאנצע אינפארמעישן, און סעלעקט די פראווינס Alberta און די סיטי Calgary, נאכדעם וועסטו באקומען א אימעיל פון זיי מיט א קוד צו קאנפערמען אז די נומער וואס די האסט געלייגט איז טאקע דיין נומער.
נאכדעם גיי אריין אין דיין אקונט דורך אריין לייגן דיין יוזער נאמען (דאס איז דיין אימעיל אדרעס וואס די האסט זיי געגעבן) און דיין פעסס וואס די האסט פריער אויסגעפילט, גיי צו פאלוי מי סעטינגס, שטעל אן אלוועיס פארווערט, נאכדעם וועט ארויף קומען אריין צו לייגן א נומער ווי עס זאל ווערן געפארווערט לייג אריין די קאנאדישע נומער, דריק עדד נומער, און נאכדעם גיי צו גוגל וואויס לייג צו די נומער און פארטיג.
הצלחה.

געשריבן: זונטאג מארטש 27, 2011 5:05 pm
דורך arya1
איך מוטשע זיך שוין 4 וואכן מיט מיט מיין גוגל # די מעשה איז אז די גימעל ווי איך פלעג ניצ'ן גוגל # צי מיין פאון האב איך ציגעמאכט בין אי געגאנגען צי מיין 2טע אקאונט אין געטרייט צי מאכו דארט א גוגל # אבער ווען עס קומט צי סטעפ 3 אין איך לייג אריין אז די # זאל קאלן מיין סעל פאון קומט ארויף א אירער מעס אז די סעל פאון איז שוין געטרענספערט מיט א גוגל # וואס טוט מען יעצט!!!??? די גוגל זאל קאלן מיין פאון איז זייער וויכטיג!!

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 31, 2011 2:09 pm
דורך jkup50
arya1 האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין 4 וואכן מיט מיט מיין גוגל # די מעשה איז אז די גימעל ווי איך פלעג ניצ'ן גוגל # צי מיין פאון האב איך ציגעמאכט בין אי געגאנגען צי מיין 2טע אקאונט אין געטרייט צי מאכו דארט א גוגל # אבער ווען עס קומט צי סטעפ 3 אין איך לייג אריין אז די # זאל קאלן מיין סעל פאון קומט ארויף א אירער מעס אז די סעל פאון איז שוין געטרענספערט מיט א גוגל # וואס טוט מען יעצט!!!??? די גוגל זאל קאלן מיין פאון איז זייער וויכטיג!!

איך מיין אז מקען מאכן אז קודם זאלסטו געבען א צווייטע נאמבער צי אפראוון די אקאונט און שפעטר זאלסטו צילייגן דיין סעל

געשריבן: מאנטאג ינואר 13, 2014 8:09 pm
דורך להגדיל שמו
איך האב היינט געטרייט צי עפענען מיין גוגל וואויס אויף מיין געלעקסי 4 און עב קימט ארויף "network requset failed" וואס מיינט דאס?

געשריבן: דינסטאג ינואר 14, 2014 8:11 am
דורך להגדיל שמו
להגדיל שמו האט געשריבן:איך האב היינט געטרייט צי עפענען מיין גוגל וואויס אויף מיין געלעקסי 4 און עב קימט ארויף "network requset failed" וואס מיינט דאס?

איינער קען ביטע ארויס העלפען? איך ניץ דאס זייער אסאך.