בלאט 1 פון 1
Pidgin אימעיל אפליקעישען
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 01, 2009 2:49 pm
דורך דאכצעכמיר
היינט געוואר געווארן פון א נייע אפליקעישאן ס'הייסט Pidgin, מ'קען צונויפשמעלצן אין דעם אלע IM'ס אזוי ווי גוגעל טאלק יאהו מעסענדשער ועוד, ס'קוקט אויס זייער גוט!
דא האט איר א לינק:
http://www.pidgin.im/download/
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:19 pm
דורך שמן למאור
איך נוץ דיגסביי בדרך כלל, איך האב אבער געוואלט פראבירן דעם פידגין, האב איך עס געדאונלאויד און אינסטאלט, געגעבן א בליק דערויף צו עס איז פאר מיר, ואמרתי ועניתי בקול רם, עס איז נישט פאר מיר, נו, וואס טוט מען, ארויס דערמיט, גיי מיר צו אן-אינסטאל פראגראם, איך פראביר צו עס אן-אינסטאלן, שיקט ער מיר ארויף אן עראר אז ער איז אפען, איך כאפ א בליק ארום און ארום אינעם גאנצן קאמפיוטער ולא ראיתי אותו לא מיניה ולא מקצתיה.
איז ווייס איינער וויאזוי איך ווער פטור פון אים ?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:23 pm
דורך שאלת_חכם
מאך א ריסטארט און נאכדעם פרוביר אים ארויס צו ווארפן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:27 pm
דורך שמן למאור
גיי מיר פראבירן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:29 pm
דורך חשמל
עקסיט די פראגרעם ביים טעסק מענעדשער
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:30 pm
דורך שאלת_חכם
כאב שוין געהאט אמאל וואס דער טעסק מענעדזשער האט אויך נישט געהאלפן
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:39 pm
דורך נישט קיין פראבלעם
וואס איז געווען אזוי שלעכט מיט פידגין ?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:44 pm
דורך שמן למאור
שאלת_חכם האט געשריבן:מאך א ריסטארט און נאכדעם פרוביר אים ארויס צו ווארפן
ב"ה געווען די ריכטיגע שליח, פיין געהאלפן שוין אנ-אינסטאלט ב"ה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:46 pm
דורך שמן למאור
חשמל האט געשריבן:עקסיט די פראגרעם ביים טעסק מענעדשער
ניטאמאהל געהאט ארויפגעקומען ביים טעקסט מענעדזשער
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:48 pm
דורך שמן למאור
נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:וואס איז געווען אזוי שלעכט מיט פידגין ?
נישט געמאכט פאר מיינע באניצונגענען, איך האב נאר אפאר ג-טאלק'ס אקאונט'ס איך האב נישט דעי אלע פילע אינסטענט מעסענדזשער'ס וואס זיי פארמאגן, און גי-טאלק האביך ניטאמאהל געזעהן דארטן, משא"כ דיגסביי האט א מחי' דעי פונקציעס פון מאסן גי-טאלק'ס