בלאט 1 פון 1

אוטבאקס אין מייקראסאפט אוטלוק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 9:34 am
דורך סאכדעס
איך וויל שיקן עמיצין א ווארד דאקומענט, וואס איז אן ערך פון 100 קב, און סאום האו זיצט ער אין אוטבאקס, וויאזוי זע איך אים ארויס פון דארט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 9:35 am
דורך מאשקע
מסתמא איז דיין סענט אייטעמס איבערגעפילט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:20 am
דורך פאטאקי08
וואס הייסט ער זיצט?
האסט געדריקט סענד?
קומט א ארויך א ערראר מעסעדזש?
אויב יא וואס איז די מעסעדזש?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 02, 2014 3:30 pm
דורך וואטיצעך
i send for somebody a clip and its seats in outbob for about a week already and i cant delete it somebody can help me,
how i delete it
very importent
thanks

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:26 pm
דורך ניק ניק
וואטיצעך האט געשריבן:i send for somebody a clip and its seats in outbob for about a week already and i cant delete it somebody can help me,
how i delete it
very importent
thanks

פארמאך אוטלוק
ווארט א מינוט
עפען די סטארט מעניו (באלי)
טייפ אריין אין די סורזש באק'ס outbox
ס'וועט ארויף קומען אסאך מעסעזשעס
טרעף די מעסעזש וואס די זיכסט
רייט קליק און דיליט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:27 pm
דורך ניק ניק
ווייסט איינער וויפיל איז די מעקסימומ קעפעסעטי צו שיקן אן אימעיל אין אוטלוק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:31 pm
דורך קנאפער ידען
ניק ניק האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל איז די מעקסימומ קעפעסעטי צו שיקן אן אימעיל אין אוטלוק?

כ'מיין אז 20מב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:36 pm
דורך שנאפס
איך מיין אז 25, קען זיין אז איך מיש אויס מיט גימעיל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:38 pm
דורך קנאפער ידען
שנאפס האט געשריבן:איך מיין אז 25, קען זיין אז איך מיש אויס מיט גימעיל

דזשימעיל איז טאקע 25, און אוטלוק.קאם איז 10.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:43 pm
דורך ניק ניק
קודם א יישר כח פארן ענטפערן, און אז איך האלט שוין דעם מייק אפשר קען איך מיר איינשפארן 15 מינוט זיכען צו מ'רעדט ערגעץ אויפן וועלטל וויאזוי צו רידוסן א ווידיעא ס'זאל אריין פיטן אינעם אימעיל, און אויב יא א לינק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2014 4:48 pm
דורך קנאפער ידען
ניק ניק האט געשריבן:קודם א יישר כח פארן ענטפערן, און אז איך האלט שוין דעם מייק אפשר קען איך מיר איינשפארן 15 מינוט זיכען צו מ'רעדט ערגעץ אויפן וועלטל וויאזוי צו רידוסן א ווידיעא ס'זאל אריין פיטן אינעם אימעיל, און אויב יא א לינק

עס איז נישט דא קיין כלל אין קלענער מאכן א ווידיאו ווייל איך ווייס נישט ווי קליין דער ארגינעלער איז שוין.
אבער נוץ Any video converter אדער Format factory צו קאנווערטן דער ווידיאו צו א קלענער פראופייל פון וואס עס איז יעצט.
אדער קענסטו עס קאמפרעסן אין א RAR פייל מיט WinRAR [מיט דער שטערקסטער קאמפרעשען קען ער מאכן א דריטל דער סייז].

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 12:05 pm
דורך זאכליך
איך האב געהאט א ווידיא וואס איז געווען בערך 2 מינוט לאנג אבער ס'איז געווען בערך 450 מב גרויס, כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף יו טוב און ווען ס'איז געווארן גרייט צום זעהן האב איך עס געדאונלאוד צוריק, די נייע פייל איז געווען 15 מב!