בלאט 1 פון 1

סייט באזוכער זייגער'ל (קאנטער)

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 4:16 pm
דורך לאז געמאכט
אסאך זייטלעך האבן אזא זייגער'ל וואס מען זעהט וויפיל מענטשן האבן שוין באזוכט די סייט, און אויך צומאל נאך פרטים.

איך האב היינט ארויף געלייגט אזא זייגער אויף מיין וועב זייט'ל, איך האב עס גענומען פון די ערשטע סייט וואס כ'האב געטראפן.

זיי שטעלן צו פארשידענע אונטערסאנטע זאכן וואס מען קען אלץ זעהן, אדרבא געט'ס אליינס א בליק דורכן קליק'ן דא, דערנאך קליקט אויפן זייגער גאנץ אונטן וועט איר קענען זעהן מער דיטעיל'ס.

נעמט אין אכט: איך האב ערשט היינט ארויף געלייגט די זייגער סא וועט נישט זיין צופיל אינפארמאציע אבער מיר איז'עס אונטערסאנט יעצט אויך, טייל איך עס מיט מיטן עולם.

אה פאר איך פארגעס די יוזער נעים אריין צוגיין צו זעהן די פולע באריכט איז ivelt און די פעסווארד איז loz123.

קומט'ס אין האט'ס הנאה און איך וועל דערפון האבן א גרויסע טובת הנאה בעזהשי"ת.

יעצט לעצם הענין וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט פון א בעסערע סייט צו מאכן אזעלעכע זייגער'ס, אן דעם וואס איך זאל אים דארפן געבן אומזינסטע לינק'ס פון מיין זייט'ל (די וואס זענען באקאנט מיט וועב סייט'ס ווייסן וואס איך מיין, זיי האבן אנגעפילט די קאוד פאר די זייגער מיט לינק'ס צו וועב סייט'ס אזוי אז יענע סייט'ס זאלן שטייגן און ראנג) זיי שרייבן אז אויב איך מעק אויס זייערע לינק'ס גייט די טיימער אויפהערן ארבעטן!, סא טשעפע איך נישט מיט דעם...

אליבא דאמת פאר מיר נוץ איך אנאליטגס פון גאגעל, דאס איז זייער גוט און פונקטליך, אבער לפי ידיעתי געבן זיי נישט די אפשען עס צו צייגן פארן ציבור.

נאך איין גאר וויכטיגע זאך...

מי יתן והי' אז די מנהלים דא זאלן ארויף שטעלן דא אויף דעם זייטל אזא סארט זייגער, כ'מיין ס'וואלט געווען זייער אונטערסאנט פארן עולם צו זעהן, און ס'וואלט לכוארה שטארק געהויבן די עדווערטייזמענט'ס, וואס איז בדרך אגב שטארק געפאלן די לעצטע צייט.

נו ווער קען ארויס העלפן?

קומט'ס און מאכט'ס העפי א איד'ל...

לאז געמאכט

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 5:06 pm
דורך אונגארישער
לאז געמאכט מיר האסטו זיכער העפי געמאכט סהאט מיר געקאסט א שמייכל

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 6:30 pm
דורך פאטאקי08
דזשעי נעט בלאקט עס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 7:09 pm
דורך איך_הער
פאטאקי, ביי מיר נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 7:14 pm
דורך פאטאקי08
מן הסתם איז נאך דא א דרכא אחרינא פון וואס די האסט...
און אידיש גערעדט אפשר האסטו א שוואכערע לעוועל
איך ניץ לעוול 3

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 9:21 am
דורך לאז געמאכט
ביי די געלעגנהייט וויל אויך אויסדריקן א גרויסען יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחה דגופא און געקומען צו אונז אויף א ווירטואלע באזוך.

שקויעח עווערי באדי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 9:25 am
דורך סתם_אזוי
וואו איז די זייגער אין דיין וועבזייטל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 9:31 am
דורך שוועמל
לאז;

ווען כ'אב געוויזיטעד דיין סייט האב איך טאקע "לויז געמאכט" מיינע פינגער צו קליקן אויף די עד, והיה זה שכרי. כאטש געווענליך קליק איך נישט אויף קיין עדסענס.

לגבי די וויזיטאר קאונטער, ס'יז דא מסתם אנדערע אויכעט איך דארף נאכזוכן.
איין גוטער זייטל וואס האט גוטע טולס פאר א וועבסייט אדמין, איז http://www.jayde.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 11:14 am
דורך לאז געמאכט
סתם אזוי - ס'איז גאנץ אונטן פונעם בלאט.

שוועמעל, א גרויסן יישר כח מעומקא דליבא.

דרך אגב די קאנטער וואס די צייכנסט צו איז בעסער ווי דאס וואס איך האב?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 11:54 am
דורך באנקיר
אבער וואס איז ווערט א קאונטער וואס דעטעקט נישט די וויזיטערס איי פי,
און איינער - און גאר די בעל הסייט אליינס - קען רעפרעשן די פעידזש מערערע מאל, ארויפצוריקן די נומערן.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 12:17 pm
דורך לאז געמאכט
האסט געקליקט אויף די זייגער?

ס'זאגט וויפיל יוניק וויזיטן ס'איז געווען

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 12:39 pm
דורך DONE
פארוואס זעה איך נישט די זייגער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 1:50 pm
דורך לאז געמאכט
ס'איז כמעט אונטן פונעם בלאט.

די נוצט א טעלעפאן אדער א קאמפיוטער?

א פילטער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 5:58 pm
דורך DONE
איך האב jnet

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 6:04 pm
דורך לאז געמאכט
לויט וויפיל איך ווייס קענען דאס דזעי נעט באזונצער יא זעהן.

זייט מוחל גיט נאכאמאל א בליק...

אינאיינוועגס וועט ארויף גיין די זייגער מיט נאכאיינס...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 6:20 pm
דורך DONE
דעיס איז די site?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2009 10:28 pm
דורך לאז געמאכט
אהה זייער אונטערסאנט די ערשטע מאל וואס כ'הער אז דזעי נעט בלאקט עס.

אבער ב"ה זיי בלאקן נישט מיין זייטל נאר די זייטל פון די זייגער פירמע.