בלאט 1 פון 1

אויפמאכן אן עד-בלאקער?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 01, 2009 12:22 pm
דורך קרעמער
איך האב פרובירט צו קוקן א געוויסע ווידיאו מיט אלע 3 בראוזערס וואס איך פארמאג (קראום, אינטערנעט עקספלארער, און פייערפוקס) אבער ביי אלע איז ארויפגעקומען א מעלדונג אז עס קען נישט שפילן צוליב א געוויסע "עד בלאקער" וואס איך האב אנגעשטעלט אויף מיין בראוזער.

איך האב געזוכט און געזוכט ביי אלע אפציעס אבער נישט געפונען אין ערגעץ קיין עד-בלאקער.

קען מיר איינער העלפן אויפבלאקירן דעם כלומר'שטן עד-בלאקער?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 2:02 pm
דורך קרעמער
איך פרוביר נאכאמאל מיין מזל, ס'איז שוין אדורכגעלאפן 2 מעת לעת זינט איך האב אנגעפרעגט (הגם איינס דערפון איז געווען שבת).

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 3:07 pm
דורך thefact
געב די פונקטליכע מעלדונג

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2009 4:52 pm
דורך קרעמער
THE VIDEO YOU HAVE REQUESTED IS EITHER UNAVAILABLE OR IS BEING BLOCKED BY AN AD BLOCKER INSTALLED IN YOUR BROWSER

עד כאן לשונו

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 12:35 pm
דורך סאדע_באטל
קען זיין אז עס האט צו טוהן מיט די אנטי-וויירוס???

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 2:40 pm
דורך thefact
דאס קען דיר העלפען?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:27 pm
דורך קרעמער
יאפס!

יישר כח ר' משה אהרן!

איך האב געפאלגט די אנווייזונגען דארטן (צו מאכן אז די HOSTS זאל ווערן OFF) און עס ארבעט א מחיה.