בלאט 1 פון 1

וויפיל קאסט אינטערנעט סערוויס דורך ספרינט קארד?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 5:43 pm
דורך גרויזאמער
איך האב ב"ב סערוויס, וויפיל איז די רעגולערע פרייז? ארבעט עס ווי א ד.ס.ל.? איך בין מסכים צו צאלן א מטבע פאר א אומזינסטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 7:06 pm
דורך מענטש
א גוטן יאולי גרויזאמער...

א ספרינט קארד 5 GB (עס מיינט אז מען קען נאר נוצן אפ טא 5 גיג {יעדע בלאט[ווענטצעך ווי גרויס ער איז] האט א געוויסע אמאונט וויפיל KB ער פארניצט}) קאסט 60 דאללער א חודש = טעקס

איז אזוי איך קאן דיר עס מאכן פאר א איינמאליגע אפצאל אז עס וועט אייך אומזיסט פון היינט ביז משיח'ס טאג אי''ה...

פאר מער אינפארמאציע ביטע קאנטאקט מיר אין אישית אדער גוגל טאלק..

נ.ב. ווי אויך פאר אלע אנדערע ספרינט פלענס קען מען זיך ווענדען צו מיר אין איינע פון די פריער דערמאנטע פלעצער...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 9:20 pm
דורך היימישער איד
האסטעך נישט ארויף געלייגט דיין גימעיל אדרעסע קען איך דיך נישט טאלק'ן.

איך בין מעליך אונטערסירט און אזא קארטל און אויך וועגן א אנדערע זאך בנוגע ספרינט.

ביטע געב ארויס דיין גימעל אדרעסע.

יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 9:20 pm
דורך קרעמער
דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 10:01 pm
דורך מענטש
mentchmentch@gmail.com

קרעמער; דאס איז נישט גזל עכו''ם, עס איז הערמה ווייל זיי געבן דיר דאך די פלאן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 12:22 pm
דורך קרעמער
איך בין נישט קיין דיין, נאר א מעורר. ביי א חשש דאורייתא איז כדאי זיך איבערצושמועסן מיט א דיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 1:31 pm
דורך גארנישט
איך האב אזא קארטעל
ס'קאסט מיר יעדע חודש $35.00 און עס קאסט נישט קיין טעקס.
עס ווערט געטשעארזט מיין קרעדיט קארד 1 מאל א חודש פאר פונטקליך 35 עס איז א היימישע קאמפעני און בארא פארק. סאיז א ספרינט קארד.
איז אזוי איך דארף עס שוין נישט האבן אויב איינער וויל איבערנעמען מיינס זאל זיך מעלדן און אישית. מדארף נישט האבן קיין קאנטראקט מקען קענסעלן ווען מען וויל.
נאר איך וויל פשוט זעהן פאר איך מאך עס צו אפשר וויל עס איינער איבערנעמען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 4:45 pm
דורך שאץ מאץ
קרעמער האט געשריבן:דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.


בדרך הלצה:
אינטערנעט איז א איסור, גזל עכו"ם אויך א איסור, אין איסור חל על איסור.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 4:45 pm
דורך מאיר
שאצל ;l;p-
ס'איז א גוט ווארט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 4:52 pm
דורך קרעמער
שאץ מאץ האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.


בדרך הלצה:
אינטערנעט איז א איסור, גזל עכו"ם אויך א איסור, אין איסור חל על איסור.....

ליצנות אחת... אויף דעם וועג קענסטו בועל זיין אן אשת איש אום יום כיפור.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 6:56 pm
דורך שוועמל
גארנישט;
וואספארא ספיד קריגסטו מיט דעם ספרינט קארד?


קרעמער;
דאס איז נישט ליצנות, דאס איז מתיר השרץ בקן טעמים.

ליצנות מיינט עפעס אנדערש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 9:27 am
דורך משה קארנפעלד
מענטש האט געשריבן:
קרעמער; דאס איז נישט גזל עכו''ם, עס איז הערמה ווייל זיי געבן דיר דאך די פלאן...


איך האב אמאל גערעדט מיט א אין א תלמוד חכם איבער אזא ענליכע נושא, פון א טעלעפאון ליין וואס קאסט נישט קיין געלט.

אונז האב מיר דן געווען אז עס נישט קיין גזילה ווייל ווען מען באניצט זיך דערמיט קאסט עס פאר זיי גארנישט, האט דער איד אבער צוגעלייגט, אז מען דארף מברר זיין אויב אידן האבן נישט קיין סטאקס אין די פירמע(וואס עס איז שטארק מעגליך), ווייל דעמאלטס קומט שוין צי די שאלות וואס עס איז דא ביי א איד און נישט נאר בי א גוי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 10:47 am
דורך היימישער איד
איך האב אויך אזא פלאן וואס מען קען נישט האבן ביי ספרינט אליינס וד"ל...

האט מיין חבר אנגעפרעגט א חשובע דיין איבער דעם נושא, האט דער דיין געזאגט אז אויב ער ווייסט נישט וואס דער וואס ערלעדיגט עס טוט, איז ער נישט מחיוב אים אויסצופארשן צו ער בא'גנב'ט נישט די קאמפעני וכדו'.

שטייצעך אז דאס איז נאר א לימוד זכות אויף די קליענטן נישט אויף די וואס מאכן עס.

אבער מיין דעת בעה"ב קלערט אז למעשה ספרינט האט מיר געגעבן די סירוועס און זיי זעהן כסדר מיין פלען (איך רעד צו זיי כסדר אויפן טעלעפאן יעדע מאל זעהן זיי די גאנצע זאך קלאר.)

און כידוע האבן זיי אפגעשפארט אסאך פון די פלענס, סא לערן איך אפ אז די וואס זיי לאזן אפען איז ווייל ס'לוינט זיך זיי!.

אלעס האב איך נאר געזאגט אלץ א לימוד זכות, אבער למעשה דארף מען וויסן אז דאס איז גאר א הארבע ענין, נעמטץ עס נישט פאר לייכט! פאר מען טוט צווייפלהאפטיגע געשעפטן אפילו מיט א אינו יהודו דארף מען עס דורך שמועסן מיט א מורה הוראה מובהק. ובזה יצאתי ידי חובתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 1:25 pm
דורך ביזנעסמאן
כ'ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער פארט וויל איך דא אנפרעגן.

אזוי ווי איך ריש זיך אי"ה ארויסצופארן אין די קאנטרי אויף א צוויי וואכן, און כ'וואלט זייער געוואלט זיך אנבינדן צום אינטערנעט דורך א לעפ-טאפ וואס כ'וועל מינעמען. איז שייך צו דינגען אזא סארט יו. עס. בי. קארטל אויף די צוויי וואכן?

א דאנק פאר אייער הילף.
(אויב איז שוין פארהאן א אשכול דערוועגן ביטע לינקט עס מיר צו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 1:53 pm
דורך thefact
ווענט זיך וועלכע געגענט

ס'מוז זיין אז ספרינט זאל גוט ארבייטן דארט אן קיין ראומינג כדי צו נוצן ספרינט (סאך ביליגער) אז נישט נוץ ווערייזאן סאך טייערער אבער בעסער ווי גארנישט אז דו דארפסטעס האבן)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 2:03 pm
דורך ביזנעסמאן
ספרינט ארבעט דארט בלויז מיט ראומינג.
איז בכלל שייך צו דינען אזא דיווייס? אויב יא וואו?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 2:08 pm
דורך thefact
דאן מוזטו נוצן ווערייזאן
ביי יעדע ווערייזאן סטאר

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 2:10 pm
דורך ביזנעסמאן
א גרויסן דאנק

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 4:06 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך נויטיג מיר אין א אינטערנעט קארטל, פאר ביליג