בלאט 1 פון 1

טוישן די נאמען אויף דזשימעיל..

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 2:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
איז דא א זאך צו טוישן נאמען אויף די אימעיל אדרעסס?..

איך רעד נישט פון די אימעיל אדרעסס, איך רעד פון די נאמען.. אנשטאט ס'זאל שטיין מיין נאמען, "וואטעווער"<וויכטיגמאכער@דזשימעיל.קאם> זאל שטיין "וויכטיג מאכער"<וויכטיגמאכער@דזשימעיל.קאם>...

ווען איך האב גע'עפנט די אימעיל אדרעסס, האב איך געמיינט אז מ'דארף אריינלייגן די עכטע נאמען, און היינט צו טאג'ס, ווען איך שיק א אימעיל פאר איינעם, כאפטער גראד מיין נאמען.. (אסאך.... האבן מיך שוין געפאקט דורכדעם..)

איך וויל נישט טוישן אימעיל אדרעסס, איז עפעס א עצה דערפאר?..

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 2:52 pm
דורך סתם_אזוי
אויבן ביי סעטטינגס וועסטו זעהן אזא אפשין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 3:45 pm
דורך bailout
וויכי גיב מיר דיין דזשימעיל אדרעס איך וועל דיר שוין שיקן וויאזוי עס צו טוישן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 3:50 pm
דורך יאנאש
היות עס איז נישט אזוי סימפל וועל איך דיר געבן אביסל מער דיטעילד אינסטראקשענס.

ווען דו ביסט אריינגעסיינט און די גייסט צו דעם גוגל היימזייטל איז דא אן אפציע 'מיי אקאונט', דארטן איז דיין 'פראפייל' איינע פון די אפציעס דארט הייסט 'אימעיל אדרעסעס' עפן יענס וועט זיך עפענען א נייע פעידש מיט דיין אינפארמאציע, דארט קאנסטו טוישן וואס דו ברויכסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 9:52 pm
דורך בן יועזר
יאנאש האט געשריבן:היות עס איז נישט אזוי סימפל וועל איך דיר געבן אביסל מער דיטעילד אינסטראקשענס.

ווען דו ביסט אריינגעסיינט און די גייסט צו דעם גוגל היימזייטל איז דא אן אפציע 'מיי אקאונט', דארטן איז דיין 'פראפייל' איינע פון די אפציעס דארט הייסט 'אימעיל אדרעסעס' עפן יענס וועט זיך עפענען א נייע פעידש מיט דיין אינפארמאציע, דארט קאנסטו טוישן וואס דו ברויכסט.


תיקון טעות נישט אין גוגל נאר אין גימעיל

סיין אריין צי דיין גימעיל אקנט. גיי צי settings>accounts

ביי אפדעיט נעם לייג אריין די נאמען וואס די ווילסט זאל שטיין דארטן

---

אגב קומט זיך א שכח פאר פויער וואס האט מיר אויפמערקזאם געמאכט איבער דעם

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 7:30 am
דורך יאנאש
זיי נישט מתקן עפעס וואס איז נישט קיין טעות, ווען דו שיקסט אים דורך גימעיל מאכסטו אים סתם אן קאפ ווייטאג, פון דארטן קומט מען צוריק אן דא וואו איך האב אים געשיקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 1:28 pm
דורך KCSP
איך פלעג עס אסאך טוישען, עס דארף צו זיין זייער א גרינגע זאך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 1:53 pm
דורך בן יועזר
זיי נישט מתקן עפעס וואס איז נישט קיין טעות, ווען דו שיקסט אים דורך גימעיל מאכסטו אים סתם אן קאפ ווייטאג, פון דארטן קומט מען צוריק אן דא וואו איך האב אים געשיקט


דיין וועג ארבעט נאר טאמער מהאט שוין אויפגעסעט לכתחילה א פראפייל

אין אגב כווייס נישט וואס אזוי קאמפלאצריט צי טוהן דורך גימעיל אליין??? :wink:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 2:02 pm
דורך reb yid
בן יועזר
איך ווייס נישט וואו עס שטייט אפדעיט נעים - איך טוה אייביג דאס פאלגענעדע:
settings דערנאך accounts און ביי Send mail as דריקסטו רעכטס אויף Edit info און די לייגסט אריין דיין נייעם נאמען וואס די ווילסט.
כן נראה לפענ"ד - ודו"ק

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 8:04 pm
דורך למעלה משבעים
טו מעק א לאנג סטארי שארט, דריק דא און לייג אריין דיין יוזער נאמען אין פעסווארד.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:56 pm
דורך אויפריכטיג
איז דא א וועג צו קענען האבן א גימעיל אקאונט אבער די @ זאל נישט זיין עט גימעיל, נאר @ מיין קאמפאני נאמען?

דאכצעך איך האב עס געזען ביי איינעם, און איך מיין מען האט שוין ערגעץ דא אויפן וועלטל גערעדט דערפון, נאר איךטרעף עס נישט, פרעג איך עס דא.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:07 pm
דורך משנה מקום

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 1:12 pm
דורך בחורהזעצער
אוודאי קען מען, מען דארף נאר קויפן א דאמעין נעים ביי גוגל, זעה דא