בלאט 1 פון 1

אידיש אויף אוטלוק עקספרעס

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 5:11 pm
דורך חידוש נפלא
ווען איך שיק א מעסעדש פון אוטלאק עסקפרעס (03) און איך שרייב עס אויף אידיש, ווערט עס נישט געשיקט אויף אידיש, דאס הייסט אז ווען יענער באקומט מיין מעסעדש קען ער גארנישט ליינען נאר ??????????? ???????? ????????? דאס אלעס איז וואס ער זעהט

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 5:12 pm
דורך מאיר
לכאורה האט יענער א פראבלעם מיט זיין אידיש.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 5:53 pm
דורך פאטאקי08
גיי צי פארמאט
גיי צי קאודינג
קוק וואס סאיז אנגעסעט
דאכצעך אז אויב סאיז אויף היברו ווינדאוס וועט עס ארבעטן

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 9:48 pm
דורך מאשקע
מ'דארף עס איינשטעלן ביי די "אינטערנעט עקספלארער סעטינגס".

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 3:19 pm
דורך חידוש נפלא
יא עס האט געארבעט יישר כח פאר אלע, "מאיר מאשקע און פאטאקי" בגימטריא "געוואלדיג מידות טובות" דוק ותשכח

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 7:09 pm
דורך מאיר
טאקע א חידוש נפלא!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 10:23 pm
דורך פאטאקי08
איך האב עס אויסגערעכנט צוויי מאל און סשטימט נישט
האב איך געמאכט א גימטרי' קאלקולעיטאר און עס שטימט נאך אלץ נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 07, 2009 8:14 am
דורך חידוש נפלא
רעכן אלע ווערטער "מאיר" "מאשקע" "און" "פאטאקי" וועסטו זעהן אז עס שטימט שוין פיין (מיט די כולל)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 07, 2009 9:51 am
דורך מאשקע
ס'איז א פראבלעם, ווייל מאשקע און פאטאקי זענען שוין לאנג נישט אין כולל...