בלאט 1 פון 3

אינטערנעט עקספלארער #8

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 10:36 am
דורך חידוש נפלא
איך האב געזעהן ביי yahoo אז מען קען דאונלאודען א נייע ווערזשען פון אינטערנעט עקספלארער, איך האב עס געדאולאודט, למעשה זעה איך טאקע דערין פארשידענע מעלות אבער איך זעה א חסרון אז אלעס הייבט זיך אהן פון לינקס, למשל ווי מען ריקט אראפ א פעידזש וואס איז געווענליך ביי די רעכטע זייט איז עס דא אויף די לינקע זייט וכו', וואס זאגט דער עולם דערצו? און בכלל צו די נייע אינטערנעט עקספלארער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 11:04 am
דורך thefact
איך האב עס דאונלאודעד אין איך גלייך עס (וויפיל מקען גלייכן IE) אבער פון מיר איז נישט קיין ראי' ווייל איך נוץ פייערפאקס (חוץ ביי די אויסנאמ'ס פעלער ווען מ'מוז נוצן IE און דאס אויך פון אינעווענדיג דורך די IE TAB עד-אן)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 11:34 am
דורך ביזנעסמאן
איך האב עס אויך היינט געדאונלאדעט, דערווייל ארבעט עס גאנץ גוט.

בנוגע די סדר פון די עמודים: גיב א דרוק אויפן קנעפל נעבן 'ריפרעש' און עס וועט זיך פארעכטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:38 pm
דורך חידוש נפלא
איך האב געמאכט ריפרעש ביז איך בין שוין געווארן פיל מיט פרעש און עס האט גארנישט געהאלפען, די פראבלעים איז דאכט זיך נאר ביי אידישע וועבסייטס ווי למשל אידישע וועלט,

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:49 pm
דורך ביזנעסמאן
אוי, איי עפאלידשייס מיסטער הידיש פאר דע אינקאנוויניענס.
אבער אז דו וועסט דוק'ן וועסטו תשכח'ן אז מיר האבן גערעדט פון גאר עפעס אנדערשט, און נישט פון די מכת צפרדע.
ביזנעסמאן האט געשריבן:גיב א דרוק אויפן קנעפל נעבן 'ריפרעש' .

זעסט דער חילוק?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 4:26 pm
דורך חידוש נפלא
אה יא יעצט האט עס געהאלפן און אלע פרעש זענען אנטלאפן, טענק יו ווער א מענטש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 11:59 am
דורך ווער בין איך?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 8:22 pm
דורך עפל קאמפאוט
געדאונלאודט אהן קיינע פראבלעמען

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 pm
דורך scy4851
דער עולם וואס ניצט שוין עקספלארער 8
וויא אזוי קאמפערט עס צי #7 ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 10:20 am
דורך thefact
איך נוץ עס ווייניג
אבער ס'איז סאך שנעלער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 11:52 am
דורך איך_הער
מעלות, חסרונות, לאזטצענק הערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 28, 2009 12:13 pm
דורך scy4851
איך האב צוויי PC
מיין דעסקטאף האט ווינדאס XP און מיין לעפטאף האט וויסטע חלומות.
ביידע האבען לעת עתה IE ווערשזען 7

מיין עיקר ציל איז צי שטעלען IE8 אויף מיין דעסקטאף

און אזוי וויא איך-הער, וויל איך אויך הערען פון די וואס ניצען עס שוין, וואס זייער עקספיריענס איז.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 1:41 pm
דורך ביזנעסמאן
איך ניץ שוין IE8 א לענגערע וויילע, בעיסיקלי איז נישט פארהאן קיין גרויסע חילוקים צווישן 7 און 8. די עיקר חילוקים וואס איך האב אינאכט גענומען זענען ווי פאלגענד:
1. אויב ווערט IE קאראפטעד, איז ווען דו וועסט אים צוריק אנצינדן וועט איר דיר געבן אן אפציע זיך צו עפענען ביי די פעידש ווי ס'איז געווען ווען ס'האצעך פארמאכט.
2. ווען דו דרוקסט אויף א נייע 'טעב' גיבט איר דיר א גאנצע ליסט פון אפציעס פון וואס דו קענסט אויסוועלן.
3. ווען דו היילייטס א ווארט קומט ארויף א זאך וואס רופט זיך אן 'עסקעלעטאר', און דו קענסטט אויסוועלן א רייע זאכן וואס צו טוהן מיטן ספעציפישן ווארט וואס דו האסט אויסגעוואלט.
4. אפיציעל הייסט עס אז עס ריפרעשד זיך אטאמאטיש יעדע פאר מינוט.
5. ווען דו האסט אפן עטליכע זייטלעך אויף איינמאל קענסטו דרוקן אין די זייט און עס ווערט אויסגעשטעלט אזוי ווי קעסטלעך מיט קליינע בילדער פון די זייטלעך און דו קענסט זיך אויסוועלן וועלכער דו ווילסט. (ענדליך צו גוגל קראם)
דאס איז וואס איך געדענק אציד אויפן מאמענט, בעיסיקלי איז עס כמעט די סעים.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 3:57 pm
דורך thefact
ביזנעסמאן דו זאגסט גוט איין זאך וואס איז דעי עיקר האסטו פארגעסן "ס'איז סאך סאך שנעלער"

א ליסטע פון טייל אימפראוומענטס אין IE8 (איך נוץ נאך אלץ פייער פוקס מיט IE-TAB ) י
i
* Scripting Improvements
* Memory Management Improvements
* Networking Improvements
* Rendering Engine Improvements
* New Developer Features
* Data URI
* Selectors API
* JSON

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 4:33 pm
דורך יאסל
א חורבן כהאב עס היינט געדאנלויד אין די אויתיות האט זיך געטוישט אויף בלאס אזש אז די קאפ שווינדעלט מיר, איז דא אן עצה אז מזאל קענען צירוק שטעלען די פאנט פון 7???

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 5:06 pm
דורך thefact
די פיטשטער הייסט קליער טייפ, און אז דו וועסט דיך צוגעוואוינען וועסטו עס גלייכן

אבער אז דו ווילסט דווקא גיי צו
טולס>אינטערנעט אפשענס>עדווענסד>
אין די ליסטע פון סעטינגס אין די מאלטימידיע סעקשאן נעם אראפ די טשעק פון "אלוועיס יוס קליערטייפ פאר הטמ"ל


Disabling ClearType in Internet Explorer 8

Microsoft has taken the decision to have ClearType font smoothing technology on as default in Internet Explorer 8 even if your Windows XP settings are set to off (the default is for it to be on in Windows Vista).

However, this doesn't mean that you can't disable ClearType in IE8 -
Click on Tools > Internet Options > Advanced. To turn ClearType off uncheck the "Always Use ClearType for HTML*" box that appears in the Multimedia section
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:28 am
דורך יאנאש
איך נוץ שוין דעם אכטער א וואך צוויי, דערווייל בינעך אויסערגעווענליך צופרידן דערמיט, עס איז פילפאכיג שנעל ווי זיבן, און נאך מעלות, איין זאך וואס איך פארשטיי און גלייך נישט, איז די קאלירטע טעבס, עס איז סטופיד און נישט נויטיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 9:41 am
דורך יאסל
שכוח ציריק געטוישט אין פטור אן עסק,
אגב כאפ איך נישט וואס פעלט אויס אן עקסטערע באר פאר פעיווארטס אין די פעידש אדרעס, וואס קען מען דאס נישט אריין ריקען אינעם אויברשטען באר ווער דארף האבן דארט דער קוויק סורטש? אין נאך עפעס אין 7 פלעג איך האבען א טעב פאר מיין הוים פעידש אין דא איז עס נעלם איז שייך דאס צי מחיה מתים זיין??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:27 am
דורך וועלטסמאן
עפל האט געוויזן די חילוק פון זייער נייע סאפארי 4 שנעלקייט קעגן די אנדערע ביי די WWDC מאנטיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 1:00 pm
דורך וועלטסמאן
געטראפן בעסערס אויף עפל'ס וועבסייט

1.PNG

2.PNG

3.PNG


נעבעך נעבעך פאר מייקראסאפט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 2:10 pm
דורך יאנאש
און אעפ"כ נוצן איבער ניינציג פראצענט מענטשן עקספלארער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 2:11 pm
דורך לאז געמאכט
און די גלייבסט זיי נאך? :roll:

מבשרי אחזה אז ס'איז שטותים! פייערפאקס ארבעט פיל פיל פיל שנעלער ווי קראם! עטליסט ביי מיר. איי אי 8 ארבעט אויך כמעט אזוי שנעל ווי פייערפאקס.

יאנאש האט אריינגעהאקט...

יא איך האב שוין איינמאל געשריבן פארוואס דאס איז אזוי, און ס'איז א שטארקע אמת. ווייל אלע סייט'ס זענען דיזיינט צו ארבעט'ן מיט איי אי משא"כ ביי די אנדערע איז דא געציילטע סייט'ס וואס ארבעטן נישט ריכטיג.

ספעציעל קראם האט אסאך סייט'ס וואס ארבעט נישט דערויף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 6:57 pm
דורך וועלטסמאן
יאנאש האט געשריבן:און אעפ"כ נוצן איבער ניינציג פראצענט מענטשן עקספלארער.


פון ווי נעמסטו דעיס
דא שטייט אז נאר 66. פראצענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:03 pm
דורך וועלטסמאן
לאז געמאכט האט געשריבן:און די גלייבסט זיי נאך? :roll:

מבשרי אחזה אז ס'איז שטותים! פייערפאקס ארבעט פיל פיל פיל שנעלער ווי קראם! עטליסט ביי מיר. איי אי 8 ארבעט אויך כמעט אזוי שנעל ווי פייערפאקס.
.


איך ווייס נישט וואסערע מאשין די האסט אבער איך האב א שיינע פאר קאמפיוטער׳ס און ביי מיר זענען זיי גערעכט אינטערעסאנט !!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 2:24 pm
דורך יאסל
וואס וועט דא זיין זייטן אריבער טוישען צי עקספלארער 8 איז מיין גאנצע אידישע וועלט ציפארען! סיי די סקרוילער האט זיך אריבער געריקט אויף די לינקע זייט, אין אזוי אויכעט די נאמבער פון די פעידשעס איז פארדרייט איז דא אן עצה דאס צי פארעכטען??