בלאט 1 פון 1

פראבלעימען מיט k9

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 3:47 pm
דורך חידוש נפלא
איך האב די פאפולערע פראגראם פון k9 web protection און עס מאכט מיט פארשידענע פראבלעימען, וויל איך וויסן צו איינער קען מיך אפשר ארויסהעלפן מיט דעים, יעצט איז מיין פראבלעים אז איך זיך אויפצומאכן עפעס א וועבסייט און אנשטאט אז די וועבסייט זאל זיך אויפמאכן קומט ארויף דאס https://66.114.168.230/ is blocked because it is currently categorized as: Unrated (איך האב געבלאקט אלע unrated sites) וויל איך וויסן צו איינער קען מיך ארויסהעלפן מיט דעים פארוואס עס קומט פלוצלינג ארויף דאס אנשטאט ארויפצוקומען די וועבסייט געהעריג וואס איז לכאורה יא אפען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 4:15 pm
דורך קאמענטאטאר
כ'האב שוין געמיינט דו רעדסט פון א פאליציי'שער הונט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 05, 2009 9:29 pm
דורך thefact
די וועבסייט וואס דו טרייסט צו עפענען איז נאכנישט רעיטעד ביים פילטער פראגראם צו ס'איז כשר צו נישט (דער אויטאמעיטעד סיסטעם קען מאיזה סיבה נישט אליין באשליסן - קען זיין ווייל ס'איז א פרי האוסטעד וועבסייט)

קענסט אנשטעלן אז ס'זאל נישט בלאקן אנרעיטעד אבער דו קענסט ח"ו ווערן אויסגעשטעלט צו פארשידענע אומגעווינטשענע מאטריאל דעריבער אויב ס'איז נישט אמערדזשענסי לאז עס אזוי

א הסבר פון בלו-קויט (די מוטער קאמפאני פון K9 וועב פראטעקשאן)
http://forums.bluecoat.com/viewtopic.php?f=13&t=3278

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 10:59 am
דורך חידוש נפלא
יישר כח, אבער דאס האב איך געוויסט, און דער פראבלעים דא איז עפעס אנדערש, וליתר ביאור: ווען איך מאך אויף א וועבסייט וואס איז אנגעגעבן אלס "unrated" , לאמיר זאגן אז דאס איז http://www.ivelt.com דעמאלס קומט ארויף אז די אדרעס פון http://www.ivelt.com קענען זיי נישט עפענען ווייל דאס איז unrated אבער מיין פראבלעים איז אז פלוצלינג גיבט זיך א טויש די בלאט און עס זאגט מיר אז https://66.114.168.230/ דאס איז unrated אינדערצייט וואס איך האב קיינמאל נישט געדריקט די דאזיגע בוכשטאטן אין מיין קאמפיוטער בכלל, וואס דאס זאגט מיר אז אפשר איז דער פראגראם נישט גיט אינסטאלד אדער עפעס אנדערש, פארשטאנען?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 11:48 am
דורך שוועמל
איך האב געהאט אמאל K9 פאר א פילטער אויפן נעט.

עס איז געווען מלא פראבלעמען יעדן טאג עפעס אנדערש.
ביז כ'אב עס ארויסגעקאפעט און פערטיג, אומזיסט קריגט מען טראבל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 12:17 pm
דורך חידוש נפלא
נו נו אבער וואס טוט מען נישט פאר אידישקייט, אדרבה לאמיר הערן עפעס א בעסערע פראגראם וואס קען אויך פילטערן די אינטערנעט אויף די זעלבע סיסטעם אז מען זאל קענען געבן די פעסווארד פאר א צווייטן און מען זאל קענען אפען וועלכע קאטאגאריעס מען וויל און צומאכן וועלכע מען וויל, אדרבה אויב די ווייסט פון עפעס א בעסערע פראגראם וואס עס איז בדוק ומנוסה אז עס איז בעסער לויף איך גלייך אהין

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 12:25 pm
דורך שוועמל

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 2:16 pm
דורך היימישער איד
צומאל פאסירט די פראבלעם אויב מען פרובירט ביודעם או בלא יודעים צו טשעפן מיט די K9 פראגראם למשל אויב מען טרייעט אויסצומעקן רעגסטרי קי'ס פון אים וכדו' ווערט ער ברוגז אין ער באשליסט אז גארנישט איניש גוט...

זיי זאגן עס אליינס אז מען דארף נזהר זיין און דעם.

איינע פון די עצות איז צו אנאינסטאלן די פראגראם מיט די פעסווארד געהעריג אין דערנאך עס צוריקשטעלן געהעריג

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 1:46 pm
דורך חידוש נפלא
פאלגענד איז א ליסט פון אזעלכע סארט פראגראמען ווי k9 וואס פילטערט די אינטערנעט פון אומגעווינטשענס
http://www.opendns.com/
http://www.k9webprotection.com/
http://www.safefamilies.org/download.php
http://www.akidthaine.com/
http://support.it-mate.co.uk/?mode=Products&p=bgone

איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז גיטע וועבסייטס, מען קען עס אליינס אויספרובירן