בלאט 1 פון 1

ווי אזוי עפענט מען א וועב זייטל [מסודר]

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 2:23 pm
דורך non-stop
איך וויל עפענען א זייטל צי ווייסט איינער וויאזוי

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 3:14 pm
דורך יאנאש
וואספארא מין זייטל?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 3:30 pm
דורך שוועמל
צום ערשט קויפט מען א דאמעין נעים, למשל ivelt.com.
נאכדעם קלויבט מען אויס א וועבסייט סטיל. אויב ווילסטו גאנישט פארקויפן דאן נעם א קליינע סייט מיט עטליכע פעיזשעס, אויב ווילסטו מאכן א סטאר מען זאל קענען פארקויפן זאכן וכדומה דאן נעם א שאפפינג קארט סייט.
צו דעם קומען צו צענדליגער אנדערע אפציעס, וויאזוי אריינצולייגן די אייטעמס, די פרייזן, די טשעקאוט, די געיטוועי, די שיפפינג, די ארדערס, די אימעילס. און דערנאך רעדט מען פון די דרויסנדיגע דעזיין וואס מענטשן זעען.

גיי למשל צו godaddy.com דארט קענסטו אנהייבן פון אלף.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2009 3:51 pm
דורך ביזנעסקאפ
אויב ווילסטו סתם אזוי עפענען א צייט-שטיפער נישט פאר ביזנעס, גארנישט צו פארקויפן נאר דער עיקר אז 'איך האב א וועבזייטל' דאן קענסטו האבן איינס פאר פרי ביי אסאך קאמפעניס ווי למשל WEBS און WEEBLY. מאך א לעבן, און דער עיקר פארשטייט זיך אסאך געלט...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 2:22 pm
דורך non-stop
א גרויסע ישר כח שוועמל האסט אסאך ציגעהאלפן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 12, 2009 6:52 am
דורך געשמאקער
פרוביר דאס
איך ווייס נישט אויב ס'איז א ספעם אדער נישט,

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 23, 2009 4:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
לערן HTML CSS JAVA SCRIPT PHP FLASH

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 1:37 am
דורך שמייכל
מען דארף היינט נישט קענען די אלע זאכן עס איז דא פערטיגע טעמפלעיטס פאר יעדע סארט אינדוסטרי מיט א פריינטליכע דעזיין עדיטאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 6:52 pm
דורך לאז געמאכט
אויב ברויך מען עפעס צו דער זאך ברויך מען יא קענען די טעכנעלאגיעס, די אלע טעמפלעט'ס איז גוט אבער נישט פאר א ערענסטע סייט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 31, 2010 9:14 pm
דורך CID
שאינו יודע לשאול האט געשריבן:לערן HTML CSS JAVA SCRIPT PHP FLASH


הייב אן דא

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 2:07 pm
דורך בפ הצלה
אדער קענסטו עפענען אויף גוגגעל א בלאגער http://www.blogger.com

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 01, 2010 6:37 pm
דורך CID
פארשטייט זיך ביי יודען גייט אלעס בחינם :lol: און זאל שוין טעקע זיין צוויי :!: דא