בלאט 4 פון 5
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 16, 2012 1:22 pm
דורך משיח
איך האב געקויפט א דאמעין ביי גיי טאטע, יעצט וויל איך אים אויפסעטן מיט גוגל אפס,
איך סיין אריין, און די אנהייב פארט אלעס ווי געשמירט,
די צווייטע סטעפ שרייבן זיי "דאס וועט נעמען ווייניגער ווי א... שטונדע!
האב איך דען א שטונדע יעצט? ניין,
ממילא וויל וויסן וואס איך קען טון יעצט, און וואס איך איבערלאזן םאר א צווייטע געלגנהייט, א שטייגער ווי ניטל וכדומה.
וואס איך ברויך נייטיג איז אז:
דריי אימעיל אדרעסן @ מיין דאמעין.קאם,
קענען שיקן און באקומען פון/צו מיין נייע אקאונט דורך ג'ימעיל.
אלע איבריגע מעלות טובות, קענען ווארטן.
איז עס שייך?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 10:43 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב יעצט געקויפט א דאמעין ביי וואן ענד וואן.
וויאזוי קען איך וועריפייען ביי גוגל עפפס אז דער דאמעין איז טאקע מיינס?
קיין איינע פון גוגל'ס מהלכים ארבעט נישט פאר מיר ווייל איך האב נאר א דאמעין, נישט קיין וועבסייט און סערווער.
עני העלפ?
יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 11:36 pm
דורך משנה מקום
cname records קענסטו מאכען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 11:37 pm
דורך משנה מקום
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 11:49 pm
דורך גבריאל
וויפיל איז די ביליגסטע פלען בא גאגל א חודש? 10 $ איז די דאמעין אבער עס קאסט אויכעט פער חודש זייער סערוויס וויפיל איז די ביליגסטע??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 12:20 am
דורך ווער בין איך?
משנה מקום האט געשריבן:cname records קענסטו מאכען
I can't cuz 1&1 doesn't let me put in more than 35 characters for the alias and Google gives me a string that's much longer than that.
I see online about a lot of people with this problem but I didn't find an answer.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 1:03 am
דורך ווער בין איך?
איך האב געקאנטאקט וואן ענד וואן און זיי האבן מיר געבעטן אז איך זאל זיי שיקן דעם וועריפעקעישן פייל און זיי וועלן עס אפלוידן פאר מיר.
איך האף אז דאס וועט זיך אויסארבעטן.
יישר כח משנה מקום פאר דיין הילף.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 10:07 am
דורך משיח
איך האב אויפגעסעט מיין גוגל אפס, אויפגעמאכט עטליכע אימעיל אדרעסן @ מיין דאמעין נעים .קאם, איך האב עס וועריפייט וכו'.
אבער פאר סאם ריזען קען איך נאר ארויסשיקן אימעילס פון מיין נייע אימעיל אדרעס. ווען איך פרוביר צו ריפלייען פון מיין געהעריגע אימעיל אדרעס גייט עס נישט, איך קריג צוריק אן אימעיל "דעליווערי פעילד פערמענענטלי".
עני העלפ???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2012 10:13 am
דורך פאטאקי08
משיח האט געשריבן:איך האב אויפגעסעט מיין גוגל אפס, אויפגעמאכט עטליכע אימעיל אדרעסן @ מיין דאמעין נעים .קאם, איך האב עס וועריפייט וכו'.
אבער פאר סאם ריזען קען איך נאר ארויסשיקן אימעילס פון מיין נייע אימעיל אדרעס. ווען איך פרוביר צו ריפלייען פון מיין געהעריגע אימעיל אדרעס גייט עס נישט, איך קריג צוריק אן אימעיל "דעליווערי פעילד פערמענענטלי".
עני העלפ???
עמו אנכי בצרה
איך בין נאך נישט אנגעקומען עס צי אויספיגורן
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 19, 2012 11:19 am
דורך משיח
פאר סאם ריזען קען איך נישט אריינלאגן צו מיין דאמעין צו טוישן סעטינגס וכדומה,
ווען איך גיי צו די
גוגל אפס סייטאון איך לייג אריין מיין דאמעין נעים און איך סעלעקט "דאמעין מענדזמענט", קומט ארויף:
The page you requested is invalid.
עני העלפ?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 19, 2012 12:32 pm
דורך למעלה משבעים
https://www.google.com/a/דריק נישט אויפן לינק, קאפי עס, און נאך די סלעש לייג דיין דאמעין, קענסט אריין?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 12:43 am
דורך גבריאל
איז עס נאר צען א יאר אדער מען דארף אויך צאלכן פער חודש פאר גאגל??
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 11:03 am
דורך משיח
יפאס, למעלה, ס'האט געארבעט.
שכוח
(וואס איז פשט אז מיין אלע פראבירונגען זענען געווען לריק? וואס איז די סוד?)
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 11:54 am
דורך משיח
משיח האט געשריבן:איך האב אויפגעסעט מיין גוגל אפס, אויפגעמאכט עטליכע אימעיל אדרעסן @ מיין דאמעין נעים .קאם, איך האב עס וועריפייט וכו'.
אבער פאר סאם ריזען קען איך נאר ארויסשיקן אימעילס פון מיין נייע אימעיל אדרעס. ווען איך פרוביר צו ריפלייען פון מיין געהעריגע אימעיל אדרעס גייט עס נישט, איך קריג צוריק אן אימעיל "דעליווערי פעילד פערמענענטלי".
עני העלפ???
אקעי, ס'איז מסודר,
וואס מ'ברויך טון איז מ'דארף טוישן ביי גיי טאטע, און דארט געבן רשות פאר גוגל אראפצושלעפן דיינע אימעילס אריין אין ג'ימעיל.
גיי אריין דא:
https://www.godaddy.com/gdshop/google/gmail_login.aspלייג אריין די גיי-טאטע יוזער אין פעסווארד,
דערנאך פרעגן זיי וועלכע דאמעין דו ווילסט טוישן,
לייג אריין דיין דאמעין נעים,
דריק: קאנפירם,
און די זאך איז מסודר.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 11:40 am
דורך משיח
איך פרוביר צו מחבר זיין מיין אוטלאק צו מיין ביזנעס אימעיל, וועלכע איז אויפסעסעט אויף גוגל אפפ,
פאר סאם ריזען באקום איך צוריק די פאלגענדע עררער:
קען מיר איינער העלפן דערמיט?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:34 pm
דורך למעלה משבעים
די דארפסט עס מאכן מעניולי, ווייל ווען ער זיכט פאר די סעטינג'ס, זיכט ער עס לויט די ביזנעס אקונט, למשל אויב דיין אימעיל איז
Mushiach@ivelt.com, וועט ער לייגן די פאפ פאר pop.ivelt.com, אבער דיין אמת'ע סעטינג איז pop.gmail.com, מבין?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:50 pm
דורך משיח
איך פרובירט צו טוהן מעניולי, אריינגעלייכט אלע אינפאו, און צוריקבאקומען די פאלגענדע עררער:
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:53 pm
דורך למעלה משבעים
אויב האסטו א אנדערע אקונט פון גוגל אין דיין אוטלוק וואס ארבעט יא, גיי אריין דערין גיי צו More Sattings אונטן די רעכטע זייט, זע די אלע טעב'ס די סעטינג'ס אויף וואס ס'איז אנגעשטעלט, און שטעל אן דיין אקונט לויט יענע סעטינג'ס.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:55 pm
דורך משיח
איך הייב אן צו קלערן אז ס'איז אן אוטלאק אישו,
ווייל איך יעצט פרובירט מחבר צו זיין א גימעיל אקאונט און באקומען די זעלבע עררער.
וואס קען עס זיין?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 11:14 am
דורך היימישער איד
גאגעל האט געמאלדן אז מער גיבן זיי נישט די פרייע ווערסיע פון גאגעל-אפס. ווער ס'האט אריינגעכאפט קען עס ווייטער האלטן אבער פון יעצט אין ווייטער ווער עס ברויך גאגעל אפס זאל מוחל זיין און באצאלן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:22 pm
דורך משנה מקום
היימישער איד האט געשריבן:גאגעל האט געמאלדן אז מער גיבן זיי נישט די פרייע ווערסיע פון גאגעל-אפס. ווער ס'האט אריינגעכאפט קען עס ווייטער האלטן אבער פון יעצט אין ווייטער ווער עס ברויך גאגעל אפס זאל מוחל זיין און באצאלן.
יא זיי האבען נאך א גענצע פשעטעל פארוואס סאיז א טובה פאר ביזנעסער ...(יא מיין מלמד האט אויך נישט ליב געהאט צי שלאגען נאר ער האט געמיינט מיין טובה נאכדעם האט ער געפראסקעט מיט גרויס הנאה)
אבער א סינגעל יוזער קען מען נאך אלס האבען פאר פרי
http://techwalls.com/news/register-free ... ngle-user/
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 10:12 am
דורך פאטאקי08
איז שייך צוצילייגן א נייע יוזער צי א עקזיסטירענדע גגול עפפס דאמעין אקאונט?
אדער מען מוז ניצן די סינגל יוזער לינק וואס משנה האט געשטעלט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 10:33 am
דורך משנה מקום
ווי ווייט איך געדענק האבען זיי קיינמאל נישט ציגענומען פאר אלטע קאסטומערס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 14, 2013 11:42 am
דורך פאטאקי08
איך זעה נישט קיין וועג
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 08, 2013 4:27 pm
דורך derech eretz
מ'קען מאכן א אנליין סטאר אויף גוגל סייטס?