מאנטאג ינואר 26, 2009 11:44 am
איך נוץ א אימעיל אדרעס אין אוטלוק עקספרעס אין עטליכע קאמפיוטערס אויף באזונדערע ערטער. דאס הייסט אז ווען איינער שיקט מיר א מעסעזש קומט עס אן צו אלע קאמפיוטערס, און געווענליך טו איך ריפלייען פון וועלכע קאמפיוטער איך זעה עס די ערשטע.
יעצט וויל איך עפעס א וועג איך זאל דערקענען אז צו די מעסעזש האב איך שוין ריפלייד, כדי איך זאל נישט שיקן קיין דאפעלטע ריפלייס.
אין אוטלוק עקספרעס קען מען מאכן א רול פון א מעסעזש, אז ווען איך שיק זאל עס פארווערדן א קאפי צו אן אדרעס, לאמיר זאגן די זעלבע אדרעסע. דאס איז א טיילווייזער סאלושען.
איז דא עפעס א גוטער וועג אדער פראגראם צו האנדלען מיט אזא סיטואציע?
יישר כח למפרע.
Advertisement
מאנטאג ינואר 26, 2009 11:46 am
אנשטאט נוצן א פאפ אימעיל אדרעסס, נוץ אן איי-מעפ.
מאנטאג ינואר 26, 2009 11:59 am
קענסט מיר מסביר זיין וואס דו רעדסט?
מאנטאג ינואר 26, 2009 2:22 pm
נישט עכט זינט איך ווייס נישט פונקטליך, אבער איך גלויב אז מיט אביסל ריסורטש און הילף פון די אנדערע מיטגלידער, וועסטו זיין א געהאלפענער בקרוב.
מאנטאג ינואר 26, 2009 2:34 pm
שכויח פאר דיין טולק. איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך וואס דאס איז.
'עמיר ווארטן אויף מאשקע'ן אדער א צווייטער זאל מיך אויסלערנען.
מאנטאג ינואר 26, 2009 2:39 pm
וועלכע אימעיל סערווער/האוסט איז דער מדובר?
לעצט פאראכטן דורך
שטרויזאק אום מאנטאג ינואר 26, 2009 9:03 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ינואר 26, 2009 3:27 pm
איך פארשטיי ניט צו וואס דו צילסט. די אימעיל איז לאמיר זאגן
ploiny@ploiny.com/ נוצט א פאפ-3 סערווער.
נישט קיין גימעיל אדער יאהו וואס איז וועב-באזירט.
מאנטאג ינואר 26, 2009 3:32 pm
many email servers give you the option of "imap protocol" which works similar to web-based email such as yahoo or gmail.
מאנטאג ינואר 26, 2009 6:13 pm
אויב נוצטו יאהו אדער גימעיל, דאן האבן זיי אויך א IMAP סערווער וואס מיט דעם קענסטו לעזן דיין בעי'ה.
אויב האסטו אן אייגן דאמעין, איז געווענליך מעגליך פאר אן אפצאל (ביים האסטער) צו באקומען אן IMAP סערווער, אדער קענסטו אויפסעטן אן EXCHANGE סערווער פאר פרי בייי מייקראסאפט (נאו עקספיריענס פאר נאו... סארי).
אדער קענסטו אויך עפענען א גימעיל אין פארווערדן אלע דיין מעיל אהין אזוי האסטו איבעראל דיינע אימעיל אין IMAP, (ביים שיקן וועט אבער יענער זעהן אז עס איז פון ן אנדער אקאונט).
מאנטאג ינואר 26, 2009 8:51 pm
אלעס פיין און וואויל איך פארשטיי אז IMAP וועט מיר העלפן.
אבער איך האב נאכנישט קיין מושג וואס איז דאס איימעפ און וויאזוי וועט דאס מיר העלפן.
קען איינער ערקלערן אין קורצן וואס IMAP איז?
און נאכדעם וואס איך האב איימעפ וואס גייט געשען אדער וואס דארף איך טון ווייטער?
מאנטאג ינואר 26, 2009 9:22 pm
מאנטאג ינואר 26, 2009 9:25 pm
וויאזוי די אינטערנעט ארבעט פארשטייסטו שוין? מסתמא נישט אינגאנצן, מיט דעם אלעם שוועמלסטע ארום אין קרעטשמע, קודם לאז דיר העלפן דערנאך קענסטו טרייען צו פארשטיין.
יעצט צום ענין בקיצור נמרץ. דיינע אימעילס קומען אן אריגינעל צו א סערווער אנליין, לאז זיין גימעיל, יעצט אויב ווילסטו קענסטו אהינגיין (אנליין) און דארט עס אויסטשעקן, אויב ווילסט עס באקומען צום קאמפיוטער/סעלפאון/א.ד.ג. דארפן זיי דיר עס אריבערשיקן, זיי שיקן נישט מיט פעדעקס נאר מיט א פראטאקאל (דאטא פעקל באידיש), די דאזיגע פראטאקאל קען זיין אין 2 אופנים, אדער POP3 אדער IMAP4, די איימעפ איז מער ניי אין די חילוקים זענען זייער אסאך, איינע פון די מעלות איז אז דיין 'אינבאקס' פאלדער אזוי אויך אלע דיינע אנדער פאלדערס זענען באמת 'אנליין'! אוודאי ווערט עס געסעיווט אויפ'ן קאמפיוטער אבער ער איז 'כסדר אין קאנטאקט' מיט'ן סערווער אז אלעס איז אפ-טו-דעיט (אנדערש ווי פאפ3 וואס איינמאל די דאונלאוד'ס איז ער פערטיג מיט דיר).
אזוי ווי ער איז אלעמאל אפ-טו-דעיט ממילא ווען די ליינסט איינמאל א אימעיל אפילו נאר אויפ'ן סעלפאון בראוזער, ווערט ער אבער אנליין געמארקט אלס א געליינטער, איז נאכדעם ווען די עפנסט אוטלוק קומט ער דארט אן שוין א געליינטער, ד.מ. מיט ליכטיגע פאנט'ס (נישט ווי א ניי), ווייטער ווען די גייסט אריין אין 'סענט' פאלדער זעסטו אלע דיינע געשיקטע אימעל'ס נישט קיין חילוק פון ווי די האסט געשיקט. און אזוי ווייטער.
טעמו וראו כי טוב, עס איז קיין פארגלייך.
מאנטאג ינואר 26, 2009 10:15 pm
אקעי, יישר כח .קאם פאר דיין נוצליכע פיס אף אינפא יעצט פארשטיי איך שוין וואס איימעפ איז אלל אבאוט.
וויאזוי גיי איך ווייטער, דארף איך קודם אויפסעטן מיין סמארטער מעיל אלס IMAP ? וויאזוי טוט מען דאס?
איך נוץ מיין אייגענע אימעיל דורך SMARTER MAIL און אלעס איז פארשטייט זיך אויפגעסעט אין OE אלס פאפ3.
איך קען גרינגערהייט אויפסעטן נאכאמאל די אימעיל אדרעס אלס א IMAP אקאונט אבער איך פארשטיי אז ס'וועט נישט ארבעטן, ס'יז דא עטליכע סטעפס בעפאר דעם.
מאנטאג ינואר 26, 2009 10:49 pm
איך בין נישט באקאנט מיט 'קלוגערפאסט' איך האב געכאפט א בליק אויף זייער זייטל לויט'ן ערשטן בליק איז עס א 'עקסטשעינדזש' פראגרעם וואס דארף אויך צו ארבעטן מיט א לייו קאנעקשען אזוי ווי איי-מעפ (ארבעט אבער אנדערש), אויב איז עס טאקע אזוי דארפסטו נאר שור מאכן אז דיינע אנדערע קאמפיוטער'ס ווי די נוצט אוטלוק זאלן זיין אויפגעסעט מיט איי-מעפ, אויב דאס איז נישט די קעיס דאן קען איך דיר ליידער נישט העלפן.
דינסטאג ינואר 27, 2009 3:24 pm
איך וואלט געוואלט וויסן אויב מקען אויף עפעס אן אופן איבער קליגען דעם אוטלוק עקספרעס און יא ניצן א שערד פאלדער ווי צי האלטן די מעסעדזשעס
דינסטאג ינואר 27, 2009 8:34 pm
וואס מיינט א שעירד פאלדער? מיט וועם וויסטו שעירן?
דינסטאג ינואר 27, 2009 8:56 pm
אויב קען מען ניצן א שערד פאלדער קען מען יוזן אוטלוק עקספרעס פון צוויי קאמפיוטערס און וואס מטוט ביי איין קאמפיוטער איז דאך אוטומאטיש ביים צווייטן
דינסטאג ינואר 27, 2009 11:35 pm
איך האב געמיינט אז שוועמל רעדט דארט פון מולטיפעל לאקעישענס, אבער עניוועי איז עס נישט שייך און מיט איי-מעפ ווערט אלעס געלעזט, עס איז נאך מער ווי א שעירד פאלדער, ווייל עס אינקלוד אלע פאלדער'ס.
זאג נאר פאטאקי, די נוצט איי-מעפ?
מיטוואך ינואר 28, 2009 7:38 pm
איך ניץ נישט איי מעפ צוליב א געוויסע סיבה נאר איך ניץ פאפ3
מיטוואך ינואר 28, 2009 7:50 pm
פאטאקי דיין איידיע פון סעיוון צו א שערד פאלדער וועט נאר ארבייטן פאר קאמפיוטערס אויף איין נעטווארק, אבער איך נוץ קאמפיוטערס אין מולטיפל לאקעשאנס ווי .קאם זאגט.
איך בין אבער מסופק צי ביי שערד פאלדער וועט מען קענען זען צי ס'יז שוין געווען א ריפליי צו די מעסעזש. אלע מעסעזשעס וועלן זיך באווייזן אייניג איבעראל אבער די לאקאל ריספאנס וכדומה מוז נישט זיין.
למעשה בין איך נאכנישט קיין געהאלפענער, ווייל איך ווייס נישט וויאזוי צו טוישן מיין קלייענט SMARTERMAIL אז ער זאל נוצן IMAP פאר מיינע אימעילס.
עני העלף איז אפרישיעטעד.
פרייטאג ינואר 30, 2009 1:15 am
איך מוז דא זאגן א שכויח פאר דאט קאם וואס האט אוועקגעגעבן פון זיין צייט מיר צו העלפן אין טולק.
ממנו ילמדו וכן יעשו
צוביסלעך קומט מען אן, מען האלט אויף א וועג.
זונטאג אפריל 19, 2009 1:10 pm
ביטע העלפט מיר - ווער עס קען.
איך נוץ מיין אימעיל פון א דאמעין וואס איז רעגיסטרירט דורך "איפס לייוו" - און איך ליין די איעמילס אויף אוטלאק דורך זייער קאנעקטאר.
איך בין זייער נישט צופרידן, ווייל איך וויל עס זאל אריינקומען געהעריג אין מיין קומפיוטער.
ווייסטע איינער צו איך קען עס טוהן דורך וועלכע אופן???
תודהלמפרע
מאנטאג יוני 01, 2009 11:21 pm
איך מוז אייך אפדעיטן רבותי.
למעשה האב איך אויפגעסעט מיינע אימעילס מיט איי-מעפ, ס'האט תיכף באקומען אלע פאלדערס פונעם סערווער. אבער דאס איז נישט געווען מיין ריכטיגעל סאלושען. בעיקר האב איך געוואלט זעהן אויב ס'יז שוין געווען א ריפליי צו דעם מעסעזש, און דאס האב איך נישט געקענט זען נאר אויפן לאקאל קאמפיוטער אפילו דורך איי מעפ.
די איינציגסטע און ריכטיגסטע סאלושען פאר דעם איז צו נוצן 'עקסטשעינזש סערווער' וואס דאט.קאם האט שוין דערמאנט דא. צו דעם מוז מען נוצן 'אוטלוק' דייקא און נישט 'אוטלוק עקספרעס'.
דאס איז פול שטערקער פון איי-מעפ, ווייל די גאנצע אימעיל איז געפוינט צו דעם עקסטשעינזש סערווער וואס סינק'ט יעדע סעקונדע איבעראל וואו דער אימעיל אדרעסע איז אויפגעסעט. סיי אויף א לאקאל קאמפיוטער און סיי אויף א בלעקבערי.
און דאס איז דער וועג וויאזוי אלע גרויסע קאמפאניס האבן אפערירט מיט זייערע הונדערטער אימעילס יעדן טאג צו האלטן חשבון פאר וועם מען האט שוין ריפלייט און פאר וועם נישט. יתירה על כך האט דער עקסטשעינזש סערווער אומצאליגע רולס און אפשענס וואס איז זייער פלעקסיבל.
איך גיי בקרוב אי"ה אויפסיינען מיט אזא סערוויס, קאסט אפאר דאלאר א חודש פער אימעיל. כ'על ענק קיעפן פאוסטעד.
מיטוואך אוקטובר 14, 2009 11:26 am
DotCom האט געשריבן:וויאזוי די אינטערנעט ארבעט פארשטייסטו שוין? מסתמא נישט אינגאנצן, מיט דעם אלעם שוועמלסטע ארום אין קרעטשמע, קודם לאז דיר העלפן דערנאך קענסטו טרייען צו פארשטיין.
יעצט צום ענין בקיצור נמרץ. דיינע אימעילס קומען אן אריגינעל צו א סערווער אנליין, לאז זיין גימעיל, יעצט אויב ווילסטו קענסטו אהינגיין (אנליין) און דארט עס אויסטשעקן, אויב ווילסט עס באקומען צום קאמפיוטער/סעלפאון/א.ד.ג. דארפן זיי דיר עס אריבערשיקן, זיי שיקן נישט מיט פעדעקס נאר מיט א פראטאקאל (דאטא פעקל באידיש), די דאזיגע פראטאקאל קען זיין אין 2 אופנים, אדער POP3 אדער IMAP4, די איימעפ איז מער ניי אין די חילוקים זענען זייער אסאך, איינע פון די מעלות איז אז דיין 'אינבאקס' פאלדער אזוי אויך אלע דיינע אנדער פאלדערס זענען באמת 'אנליין'! אוודאי ווערט עס געסעיווט אויפ'ן קאמפיוטער אבער ער איז 'כסדר אין קאנטאקט' מיט'ן סערווער אז אלעס איז אפ-טו-דעיט (אנדערש ווי פאפ3 וואס איינמאל די דאונלאוד'ס איז ער פערטיג מיט דיר).
אזוי ווי ער איז אלעמאל אפ-טו-דעיט ממילא ווען די ליינסט איינמאל א אימעיל אפילו נאר אויפ'ן סעלפאון בראוזער, ווערט ער אבער אנליין געמארקט אלס א געליינטער, איז נאכדעם ווען די עפנסט אוטלוק קומט ער דארט אן שוין א געליינטער, ד.מ. מיט ליכטיגע פאנט'ס (נישט ווי א ניי), ווייטער ווען די גייסט אריין אין 'סענט' פאלדער זעסטו אלע דיינע געשיקטע אימעל'ס נישט קיין חילוק פון ווי די האסט געשיקט. און אזוי ווייטער.
טעמו וראו כי טוב, עס איז קיין פארגלייך.
איך גיי פרעגן ווי א באבע, אבער לא הביישן למד
סך הכל, אויב האב איך דייל אפ ביי דזשעי נעט, קען איך נוצן איי מעפ, צו קאסט דאס עקסטער געלד, אדער גייט עסן אן נאר ביי געוויסע קאמפאניס?
מיטוואך אוקטובר 14, 2009 3:12 pm
איי מעפ האט גארנישט מיט זשעי נעט צי מיט דייל אפ.
ווען דו סעטסט אויף דיין אימעיל אקאונט אין אויטלוק אדער אוטלוק עקספרעס פרעגט ער דיך וואסערע סארט אקאונט, POP3 אדער IMAP, און דארט סעלעקט מען וויאזוי מען וויל.
דעטס איט