בלאט 1 פון 1

ווי אזוי קום איך אן צו GMAIL ARCHIVE???

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 8:39 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איך האב אסאך אימעילס געמאכט ARCHIVE ווי אזוי קום איך אן צו דעם? אויב איז שוין דא א אשכול ביטע מיר אנצייגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 9:11 pm
דורך שטרויזאק
עס גייט ארויס פון אינבאקס אבער דו קענסט עס זעהן אין אלל מעיל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 5:38 pm
דורך שנאפס
אין אלל מעיל זעט מען אלע אימעילס, אויב איך האט עפעס ארקייווד פאר א חודש צוריק וויזוי טרעפט מען עס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 5:43 pm
דורך שמן למאור
שנאפסל; כ'פארשטיי נישט דיין פראגעלע, אויב ווילסטו נאך אמאהל טרעפן דעם אימעיל אן ספעציעלע זוכענישן דאן פארוואס ארכיווסטו דאס ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 5:44 pm
דורך שמן למאור
אויב ווילסטו אים האלטן אפגעזונדערט, דאן עפען א לעיבעל מיט אן אויפשריפט כאשר ליבך חפץ און מארשיר אים אריין אהין, און כאשר ליבך חפץ לראותו, דאן עפען אויף יענעם לעיבעל העסטו אים טרעפן במילואו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 5:45 pm
דורך שנאפס
בדיעבד וואס טוט מען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 5:52 pm
דורך שמן למאור
נישטא קיין עכטע גראדע עצה דערצו, צוליב דעם טאקע, ווייל דער ארכיוו אפציע איז געמאכט געווארן פאר אימעיל'ס וואס מ'וויל נישט זעהן מער פאר די אויגן, אבער מ'וויל אים נישט גענצליך אויסמעקן, כדי מ'זאל אים נאך קענען טרעפן דורך א סוירטשעלע, דעריבער גארטל דיך אהן און פראביר דיר זיך צו דערמאנען עפעס פונעם תוכן האימעיל, אדער צו/פון וועמען דער אימעיל איז געווען אויסגעשריבן, און שרייב עס אריין אינעם סוירטש קעסטל, ותמצא נחת

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 6:03 pm
דורך אויפריכטיג
ביי אלל מעיל זוך עס אויף ביי יענעם דאטום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 6:55 pm
דורך שנאפס
איך געדענק נישט דעם דאטום און זיין פונקטליכע אימעיל אדרעס

שוין וועלעך מוזן טון וואס מיין טאטע טוט אין אזא פאל..