בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 12:53 am
דורך שוועמל
joe greenstein האט געשריבן:שוועמל, די ניצט FireFox ? איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט הצלחה מיט א search פון זייער browser נאר google קען מיר העלפן.

זשאו דע פלאמער,
איך נוץ נישט פייערפוקס, איך נוץ אינטערנעט עקספלארער 7 ווייל איך גלייך די פולע פיעטשורס וואס זיי האבן. כאטש עס קראכט מיר אפט אבער די אינטערפעס איז זייער געשמאק, איך האב שוין פרובירט אלע בראוזערס און איך בין צוריק צו IE.

די סאמע שנעלסטע בראוזער איז OPERA, און טאקע צוליב איר שנעלקייט קען א פעיזש אויסקומען צומאל עטוואס אפגעהאקט ווייל ער פארפעלט פשוט א קאוד אינעם סאורס.

פייערפוקס מאכט מיר שרעקליך נערוועז ווען יעדן מאנטאג און דאנערשטיג האט ער פרישע אפדעיטס, געט דע העלארעהער און לאמיך אפ. חוץ מזה וואס עס קראכט מיר פונקט ווי IE .

קראום האב איך פרובירט און דערווייל איז עס לא מדובשך לא מעוקצך, עפעס נישט עוה"ז נישט עוה"ב. עס דארף נאך גוטע ארבייט.


און צו דיין פראגע;
איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס דו רעדסט. וואס הייסט ביסט נישט מצליח אין זייער בראוזער?
קענסט נוצן סיי וועלכע בראוזער אויפן כדור, גיי צו גוגל.קאם און זוך אויף וואס דו ווילסט וועט יעדער בראוזער דיספלעיען די זעלבע רעזולטאטן נישט אזוי?
אויב האסטו גוגל טולבאר, קענסטו דארט גלייך אריינטייפן דיין קווערי און דער בראוזער וועט דיספלעיען די רעזאלטס גענומען פון גוגל'ן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 7:51 am
דורך פאטאקי08
קרעמער האט געשריבן:איך נוץ גוגעל קראום שוין עטליכע חדשים, עס האט געוויסע חסרונות אבער איך בין שוין געבליבן דערמיט אויף דערוויילע. איבריג צו זאגען אז עס שרייבט זיך פיין דערויף אין אידיש.


דאס איז די גאנצע וואס איך קען זאגען

סגייט זיך עפעס נישט צוריק צי די אנדערע איך בין שוין עדיקטעד צי אים

יעצט די חסרונות:
1) עס ניצט א עקסטערע פראסעסס פאר יעדע טעב (די חסרון וועט אויך ליגן אויסגערעכענט ביי די מעלות)
2) עס האט א באג אז די פעיסט קומט נישט ארויף ביי ערשטע מאל הייסן
3)דאונלאודן זאכען נישט אלץ גיט ער דיר די אפשען ווי עס צי דאונלאודן נאר ער גייט אלעמאל אין א ספעציעלע פאלדער אין מיי דאקומענטס (באלד וועט מען רעדן פון די מעלות דערפון)
4)FTP איז נישט אזוי מסודר
5) מען זעט נישט די גאנצע לינק אינעם סטאטוס באר (אויך צוווישען די מעלות)
6) אסאך מאל ברענגט ער נישט ארויף אלע קאנטראלס פון א וועב סייט ווי טשעק באקסעס אד"ג

איך דערמאן מיך נישט יעצט פון מער חסרונות אויף די מינוט

די מעלות
1)שטארק יוזער פרענדלי דהיינו די גאנצע סקרין באקומט א פנים פון א וועב סייט און נישט ווי א וועב סייט בתוך לאקאל פראגרעם
2) א גרויסע סקרין נישט וויי פייערפאקס וואס נעמט אראפ זייער א גרויסע חלק פונעם סקרין אויבן און אינטען
3)א געשמאק צי עפענען א ווינדאו אדער טעב שנעל און פואערפול
4)מען קען ריקן די טעבס אהין אין צוריק כאוות נפשך און אויך פון איין ווינדאו צום צווייטן
5)האלט א גוטן היסטארי
6)ווייסט ווען צי עענען א נייע טעב און ווען נישט
7)האט נישט קיין סטאטוס באר נאר ווען די היילייטס א לינק ווייזט ער די א חלק לינק אדער ווען ער טוט עפעס ווייזט ער דיר וואס
8)די האום פעידזש איז דאך געוואלדיג מיט אלע זיינע טעבס (דאכצעמער אז דאס איז אויך דא אין מאזילא אבער אין קרואם איז עס סאך סאך שענער) און עס ווערט גרעסער און קלענער ווען מען עפענט עס און ווען מען מאקסימייזטעס עס אזוי אז עס באקומט א חן פון א אדובי פלעש אדער מייקראסאפט סילווערלייט (ביידעיוועי ווען קומט דער כתוב השלישי גוגל יר"ה און טוט שלם מאכען צווישען אדובי פלעש און מייקראסאפט סילווערלייט דורך לייגן ביידע אין דער ערד מיטן ארויסקומען מיט א שענערס?)
9) די סוירטש איז גראד אינעם אדרעססבאר וואס דאס איז א מורא דיגע צוגענגליכקייט כידוע ליודעי חן
10)האט אלע מעלות פון גוגלס פראגראמען ווי למשל דאס קאפי פעיסטן מיטן מייזל אן דארפן טוהן עפעס דערצי אדער דורך F10
11) די ספעל טשעק איז דאך געוואלדיג
12) מען דארף שוין נישט האבן דעם עקסטערען גוגל טולבאר
13)די ווייסע בעגראונד קאלאר איז דאך מוראדיג פאר די אויגן

14)די שנעלקייט סיי צי עפענען א פעידזש און זיי צי גיין פון איינס צום צווייטען איז זייער שנעל ד. ה. אזוי ווי ער האט א באזונדערער פראסעסס פאר יעדע טעב איז יעדע טעב א עקסטערע פראגרעם פאר זיך און יעדער מאכט שבת פאר זיך די שאלה איז נאר צי ער ניצט טאקע מער מעמארי ווי איי אי נאר ער צוטיילט עס בעסער כדאי מען זאל קענען ארבעטען גרינגער אויף איין טעב ווען א צווייטע איז ביזי צי גוגל האט אזוי אויסגעשטעלט אז עס ניצט אפילו ווייניגער מעמארי אויך, איז אזוי איך קען דאס נישט אויסטשעקען ווייל איך האב נאר געניצט קראום אויף א סמאל ביזנעס סערווער אדער אויף א קוואד מאשין מיט 4 גיג ראם דארף מען פרעגן קרעמער ווי שנעל זיין קאמפיוטער איז אז ער קען זיך ערלויבן די בריאנטאלע בראוזער גוגל קראום צי ער איז גוט אפילו פאר שטייטע קאמפיוטערס,מען קען עס דעבאטירן

15) די דאונלאוד סיסטעם איז דאך אזוי יוזער פרענדלי אז סלאזט זיך נישט אוועק גיין דערפון כאטש עס האט א חסרון אויך ווי ערווענט
איז אזוי
אייאי האט א ספעיצילע פאפ אפ פראגרעם וואס וועט דיך אלעמאל פרעגן ווי צי די ווילסט עס דאונלאודן צי די ווילסט עס נאר ראנען און אויב סעלעקסטו ראנען דאן סעווט ער עס אין א פאלדער באהאטלטן אין דיין קאמפיוטער אין מזמן לזמן ווען די קאמפיוטער גייט דורך מעינטענעס ווערט ער דיליטעד אויב סעלעקסטו סעוו גיט ער דיר די אפשען ווי ער זאל גיין געווענליך וועט א איד נעמען נישט די דיפאלט מיי דאקומענטס נאר גראד צום אנגעווארפענעם טישל דעסקטאפ בלע"ז
פייער פאקסעס מיט אפערעס דאונלאוד סיסטעם האב איך זייער פיינט עס שטייט פאר די אויגן ביז עס דאונלאוד זיך סגאנצע פייל און מען דארף אלץ פריי מאכען די ליסט
יעצט צי קראום ער ניצט א ספעיציעלע נישט באהאלטענע פאלדער ווי דארט גייט אלעס אריין די חסרון איז אז די דארפסט אלעמאל מסדר זיין דארט די פיילס דיליטין די גארביזש און מסדר זיין די איבעריגע פיילס על מכונו וואס דאס איז א איבעריגע טירחה וואס איז נישט דא אין אייאי א מעל איז עס אז אין אייאי ליגט עס אין א פאלדער באהאלטן און די וייסט אפילו נישט אז דיין קאמפיוטער האט גארבידזש פיילס און דא ווייסטו כאטשיג און די זעסט כאטשיג
אבער די וועג וויאזוי ער דאולאוד די פייל איז זייער שיין און קראום עס קומט ארויף א שיינע סטאטוס באר און ער דרייט זיך ארום אזוי שיין נישט ווי די אלטע אייאי פאפ אם ווינדאו וואס איז שוין אלט מאדיש און אוודאי נישט ווי מאזילא און אפערע וואס האט נישט קיין שום מעלה
דרך אגב אויב איינער גלייכט יא מאזילאס וועג קען ער דאס האבן ביי קראום אויך... ער גיט דיר די אפשען נאכציקוקן די דאונלאודס אזוי ווי לינקס אנשטאט צי עפענען די פאלדער אין ווינדאוס עקספלארער

16) ער האט אלע מעלות וואס פייערפאקס האט איבער איי אי איינע זאכען די וועג ווי אזוי ער סעווט די פעסווארדס
אז די קענסט עס נאכקוקן און רעמאווען גרינג וואס ביי איי אי קענסטו נישט

17) ועל כולם אז איי אי פייניגט דיר יעדע מינוט מיט סעקיוריטי אישוס וואס דאס איז אינגאנצען נישטא אין קראום און איך פארלאז מיך אויף סעקיוריטי מער אויף גוגל ווי אויף מייקראסאפט, פינטל.

18) קראום איז זייער ציגענגליך פאר דעוועלאפערס
1) די זען די סוארס קאוד איז דאך מוראדיג שיין אויסגעשטעלט און מיט נומערען
2) האט א דזשאווא סקריפט דעבאגער וואס שטייט דיר נישט פאר די אויגן
3)דזשאווא סקריפט קאנסאל ווינדאו
4) האט א אייגענע טעסק מענדזשער ווינדאו פון אלע טעבס

אויב איינער האט מער מעלות אדער חסרונות ציצילייגן אדרבה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 12:34 pm
דורך וועלטסמאן
איך ניץ אויך בדרך כלל נאר קראום איך בין מורא'דיג צופרידן עס עפענט זיך אויף אין א רגע נישט אזוי ווי אלע אנדערע בראזערס

יעצט צוויי הערות אויף פאטאקי
פאטאקי08 האט געשריבן:2) עס האט א באג אז די פעיסט קומט נישט ארויף ביי ערשטע מאל הייסן
3)דאונלאודן זאכען נישט אלץ גיט ער דיר די אפשען ווי עס צי דאונלאודן נאר ער גייט אלעמאל אין א ספעציעלע פאלדער אין מיי דאקומענטס (באלד וועט מען רעדן פון די מעלות דערפון)

2) איך מיין אז ס'נישטא אזא באג בכלל עס איז איבעראל אזוי, מען דארף קודם מאכן א לעפט קליק אינעם באקסל ווי מען וויל פעיסטן עס זאל בלינקן דעי {איך ווייס נישט וויזוי עס הייסט} און נאכדעים א רייד קליק און פעיסט

3)עס ווענד זיך וויאזוי מ'שטעלט אן ביי אפשען'ס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 11:17 pm
דורך קרעמער
לגבי "פעיסט", געב איך גלייך א דרוק צוויי מאל דעם רייט-קליק און ער קומט דערנאך שיין ארויף.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2008 11:26 pm
דורך אלחנן
פאטאקי08 האט געשריבן:אויב איינער האט מער מעלות אדער חסרונות ציצילייגן אדרבה

נאך איין מעלה אז די היסטערי איז אסאך מער פרטיתדיג מען קען גרינג טרעפן א פעידש אין א וועבסייט ווי מען איז פריעט געווען
ווי אויך ניץ איך זייט איך האב קראם די בוקמארקס טעבס, אין די ניין מערסטע געניצטע זייטלעך איז אויך גאנץ גוט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 8:16 am
דורך פאטאקי08
ביי איי אי דארף מען נישט דריקען צוויי מאל נאר מיט איין רייטקליק קען מען שוין פעיסטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 01, 2009 9:06 am
דורך גארנישט
איך פלעג יוסען IE אבער עס דויערט צו לאנג דאונצולאודן. האב איך גסוויטסט צו FIREFOX און עס ארבעט א מחיה שנעל האט ספעלינג טשעק מיט נאך אסאך מעלות!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 5:40 pm
דורך תג נוצער
די אשכול איז שוין א יאר און א האלב אלט
ווייסט איינער אויב ס'זענען צוגעקומען מעלות אדער חסרונות צו גוגל קראם?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 9:16 pm
דורך פאטאקי08
איין זאך רעגט מיר זייער אין קראום אז די פידיעף קומט ארויך ווי א הטמל און מען קען עס נישט סעווון (אדדרבה אויב דו ווייסט וויאזוי מען קען ביטע שרייב...)
ווי אויך ווארענט ער נישט ווען מאכט צי צו מען וויל נארצימאכען די טעב אדער אלע
דערווייל קען איך אבער נישט לכבוד דעם צוריק גיין צי איי אי 8
קראום איז נאך אלץ בעסער פארוואס ווייס איך נישט...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 9:45 pm
דורך משנה מקום
when you average the pros and cons of all the major browsers i think that the choice is Firefox

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:18 pm
דורך ווער בין איך?
די עיקר מעלה וואס איך זעה אויף קראום מער פון אנדערע איז אז ס'איז זייער קלין, נישט אנגעווארפן מיט באטטענס...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:19 pm
דורך משנה מקום
you can do the same thing in Firefox

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:29 pm
דורך פאטאקי08
קראום איז שנעלער צי לאודן ווי פיערפאקס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:39 pm
דורך Sprint
ניצט איינער SAFARI פאר זיין WINDOWS PC

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:44 pm
דורך זכר באנדל
ביי מיר ארבעט פיייערפאקס בעסער ווי קראום

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 12:58 am
דורך לבנה קריכער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 1:39 pm
דורך ווער בין איך?
Sprint האט געשריבן:ניצט איינער SAFARI פאר זיין WINDOWS PC


איך נוץ סאפארי נאר פאר קרעטשמע ביי די ארבעט, ווייל קרעטשמע ארבעט נישט אויף מיין אפיס פייערפאקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 4:08 pm
דורך זאכליך
פאטאקי08 האט געשריבן:ווי אויך ווארענט ער נישט ווען מאכט צי צו מען וויל נארצימאכען די טעב אדער אלע
דערווייל קען איך אבער נישט לכבוד דעם צוריק גיין צי איי אי 8
קראום איז נאך אלץ בעסער פארוואס ווייס איך נישט...

וואס איז די פראבלעם?
דאס איז דאך איינע פין די מעלות אז ער פרעגט נישט אזויפיל קשיות.
ווען די עפענסט די new tab, קען מען עפענען ביי די recently closed אלע טעבס וואס מ'האט פריער צוגעמאכט אויפאיינמאל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 5:22 pm
דורך jkup50
איך האב מיר לעצטנס ציגעווינט צי פייערפאקס סאיז ממש א מחיה איין זאך אפשר קען מיר איינער העלפן ווי זוי צי מאכן אז ווען איך עפען א נייע טעב (נישט פעדיש) זאל זיין די דיפאלט גאגעל נישט ליידיג ווי ביז יעצט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 8:01 pm
דורך לאז געמאכט
עס איניש אריינגעבויעט אין פאקס. אבער מען קען צולייגן א עקסטענשען. עס איז צום האבן פון דא https://addons.mozilla.org/en-US/firefox/addon/777/.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 8:05 pm
דורך imzist
איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו נוצן סאפארי, און איך גיי דערפאר. זייער שנעלע ספיד, (איינער ווייסט צו עס מאכט עפעס אויס ביי אפלאודן / דאונלאודן?) הערליך שיין ווי נאר עפל קען, איך רעד שוין נישט פון דעם אז מען ווערט פטור פון אלע עדס אויף די סייטס ווייל עס פעלט א פלאג אין, נאר ער האלט מיר אריין געסיינט אין אסאך סייטס פון ווי עקספלארער שטויסט מיר ארויס. (קא. איל. לדוגמא - נישט אום שבת גערעדט).

אגב, אויף וויקיפעדיע ווערט סאפארי אויסגערעכנט די דריט מערסט באנוצטע בראוזער נאך ie און קראום. איך ווייס נישט פארוואס ביים היימישן עולם וועט מען ענדערש נוצן פייערפאקס.

איך טראכט ערנסט צו טוישן מיין דיפאלט בראוזער צו סאפארי. וואס זאגט דער עולם איז עס כדאי? זעלבסט פארשטענדליך אז אין די קורצע צייט וואס איך נוץ עס, איז נישט גענוג זיכער פאר מיר.

אגב, ווער עס קען אליינס צוזאם שטעלן - אדער ברענגן א לינק צו - א ליסטע פון אלע מעלות און חסרונות פון די גרויסע בראוזערס, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 10:41 pm
דורך תג נוצער
איך האב למעשה אינסטאלט גוגל קראם און דערווייל בין איך ב"ה זייער צופרידן
און דערווייל זע איך אז ער איז בעסער ווי IE ווייל דא זעט מען די עד פון פרנסה ראפעל און עקספלארער האט מען עס נישט געזען

האו קאם?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 9:49 am
דורך jkup50
שכוח לאז געמאכט
איז שייך אז סזאל זיין עפעס אנדרש ווי מיין האום פעדיש למשל מיין האום פעדיש גאגעל אין טעב זאל זיין אייוועלט?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 10:58 am
דורך שמן זית
פייערפאקס איז טעריבעל, עקספלארער נעמט 3 מינוט זיך צו עפענעןת קראום האקט א מחי' אויף די סעקאנדת איך פארשטיי פאר ביי יעדעם איז אנדערש

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 07, 2011 11:03 am
דורך זאכליך
פייערפאקס איז טעריבעלת עקספלארער נעמט 3 מינוט זיך צו עפענעןת קראום האקט א מחי' אויף די סעקאנדת איך פארשטיי פאר ביי יעדעם איז אנדערש

געדענק די פינטל מאכט מען מיט די "?" נישט מיט די ">" וועט עס נישט ווערן א ת......