בלאט 1 פון 1

קאלענדער פראגראם'ס מייקראסאפט אוטלוק און גוגעל

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 9:44 pm
דורך אךשמח
איך זוך א פראגראם וואס זאל מיר דערמאנען וואס איך דארף טון דעם און דעם טאג.

איך האב אסאך קלייניגקייטן (און אמאל גרויסע זאכן אויך...) וואס איך דארף האלטן חשבון אפטמאל פאר חדשים ארום, וויל איך וויסן אויב איך קען האבן א קאלאנדער וואס זאל מיר קלינגען און דערמאנען וואס איך האב צו ערלעדיגן יענעם טאג.

ווייסט איינער וועלכע פראגרעם עס קען העלפן דערפאר?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 9:46 pm
דורך אלף בית
מייקראסאפט אוטלאק איז זייער גוט פאר דעם

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2008 7:59 pm
דורך לאז געמאכט
גאגעל קאלענדער איז נאך בעסער

אטלאק איז נאר גוט פאר עמיצין וואס זיצט אין אפיס אין האט אפען אטלאק אז נישט דערמאנט אים עס נישט.

משא"כ גאגעל שיקט אימעיל'ס פון די רימיינדער'ס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2008 9:12 pm
דורך אךשמח
איך האב געעפנט א אשכול איבער די נושא פון אוטלוק און דערווייל האב איך נישט באקומען קיין קלארע ענטפער אויף וואס איך האב געפרעגט (מיין שאלה איז געווען וואס מייקראסאפט אוטלוק איז בכלליות) למעשה זע איך אז דא האב איך א חלק פון די מעלות וואס דער פראגראם איז.

יעצט, געווענליך דארף איך די דערמאנונגען ווען איך בין ביי מיר אין אפיס וואס דאן האב איך סיי גוגל קאלענדער און סיי מייקראסאפט אוטלוק.

אן עם הארץ בין איך אין ביידע, דעריבער טיילט'זשע מיר ביטע איבער די מעלות וואס איינע האט קעגן די צווייטע און איך וועל יענעם פראגראם אנהייבן נוצן.

א ישר כוחכם.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2008 10:39 pm
דורך DotCom
די בעיסיק זאכן האבן ביידע, די חילוק איז אז אוטלוק איז געסעיווט אויף דיין קאמפיוטער און גוגל איז וועב-בעיסט (web based) ד.מ. אז די מוזט זיין אפן צום אינטערנעט כדי צו קענען צוקומען צו דיין אינפארמעישן אבער האט א מעלה אז ווי אימער די ביסט האסטו דיין אינפארמעישן משא"כ אוטלוק בלייבט אויפן קאמפיוטער.

אויב די ווילסט סינקען (synchronize) דיין קאלענדער מיט א סעלפאן וואלט איך דיר געראטן צו גיין מיט אוטלוק ווייל רוב סעלפאון'ס זענען שוין היינט צוגעפאסט צו גיין מיט אוטלוק משא"כ גוגל איז נאך נישטא אויף אסאך סעלפאון'ס (אוודאי איז אלעמאל דא וועגן אויף אלעמען, אלס מתחיל בין איך דיר דעס מייעץ), אויב נישט דאן זאלסטו דעסיידן לויט דיין טעיסט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 1:37 pm
דורך אךשמח
איך וואלט געגאנגען מיט אוטלוק, ווי דו שרייבסט אז מען קען עס סינקן צום סעלפאן ממילא האב איך עס סיי ווי איך גיי.

א ישר כח.

מען קען נאך צושרייבן וואס נאך מען קען האבן פון אוטלוק און אני הק' וועל אויך צושרייבן מיינע געפינסן איבער דעם פראגראם וואס איך וועל זיך אויסלערנען מיט דער צייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 1:38 pm
דורך אךשמח
אגב, קען מען סינקן אוטלוק'ס קאלענדער מיט גוגל'ס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 2:35 pm
דורך שטרויזאק
Yes we can, קוק דא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 12:35 pm
דורך זאנוויל
עס איז דא נאך אזא פראגראם, וואס הייסט ווינדאוס קאלענדער, ער קוקט אויס צי זיין די זעלבע ווי מייקראספט אוטלאק, אבער ער האט נישט קיין אימעילס.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 1:25 pm
דורך יז בתמוז
וויאזוי קען מען האבן א ליסט פון אלע אפוינטמענטס פון מייקראסאפט אטלוק אין א רייע?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 10:20 am
דורך הערשי קניהויז
איך ווייס נישט צו דאס וועט דיר העלפן, אבער אפשר קענסט עקספארטן דיינע אפוינטמענטס צו אן עקסעל פייל.

File, Import And Export, Export To A File, Microsoft Excel 97-2003,Calendar.
סעיוו עס ווי דו ווילסט, סעלעקט די דעיטס, פיניש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 4:59 pm
דורך שנאפס
קעמען אנשטעלן אז איך זאל יעדן טאג באקומען א דערמאנונג די זעלבע צייט? (למשל אז איך דארף עסן לאנטש..)

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 01, 2011 7:51 am
דורך אויפריכטיג
איך וויל אויך וויסן די זעלבע. למשל צי מ'קען אנשטעלן אז יעדע חודש דעם 15 זאל גוגל קאלענדאר מיך דערמאנען צו באצאלן די בילס?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 10:15 am
דורך שנאפס
שנאפס האט געשריבן:קעמען אנשטעלן אז איך זאל יעדן טאג באקומען א דערמאנונג די זעלבע צייט? (למשל אז איך דארף עסן לאנטש..)

נו? איינער ווייסט?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:59 am
דורך שאינו יודע
איך האב געהאט א קעלענדער געדזשעט ביי וויסטא עס האט געארבייט א מחי' ביי וינדאוס 7 זע איך עס נישט
עס איז געוווען גאר גאר געשמאק

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:30 pm
דורך ניק ניק
אויפריכטיג האט געשריבן:איך וויל אויך וויסן די זעלבע. למשל צי מ'קען אנשטעלן אז יעדע חודש דעם 15 זאל גוגל קאלענדאר מיך דערמאנען צו באצאלן די בילס?

גם אני מצתרף איך מיטשע מיך שוין א לאנגע צייט מיטן איבערלייגן יעדן טאג טעגליכע ענינים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:29 am
דורך ניק ניק
קרעדיט: מנחם@בעל הבית פארום'ס.
-----------
שאאאאאאאאאאאר וואספארא פראגע איז דאס.
ווען די שטעלטס אן אין די קאלאנדער די עיווענט דריקט אויבן אויף 'ריקורינג', די אייקאן וואס איז ווי א גרינע געדרייטע ערא, דארף וועסטו האבן אלע אפשענס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:46 am
דורך ניק ניק
.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 1:29 pm
דורך שנאפס
הו הא, העמער זיך מוזן באדאנקען געהעריג

אבער קודם שקויעך פארן אהערברענגען