microsoft outlook וואס איז דאס און וואס זענען זיינע מעלות?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 16, 2008 9:24 pm
איינע פון די זאכן וואס קומען אפטמאל מיט ווען מען קויפט א קאמפיוטער איז מייקראסאפט אפיס (פארשטייט זיך אז ס'ווענד זיך ביי וועם מען קויפט דאס...) איז מייקראסאפט אוטלוק, און היות איך בין קיין גרויסער תלמיד חכם אין די זאכן עפן איך זיך אויף דעם אשכול און איך בעט ווער עס קען זאל מיר און זיכער אויך אנדערע בייהילפיג זיין מיטן אויסשארפן די ידיעות אין דעם ענין.
נאך איידער ווי וואס און ווען, האב איך זיך אריינגעסיינט, מעשה באלעבאס, אין דעם אוטלוק און אריינגעשטעלט מיין אימעיל אדרעסע אין אוטלוק, און קוים איך האב זיך געכאפט וואס איך בין דא באגאנגען האט אנגעהויבן אריינצופליסן אלע מיינע טויזענטער אימעילס וואס איך האב אמאל באקומען אין מיין אזוי באליבטען דזשימעיל (וואס אגב איז באזונדער ווערד צו באשרייבן זייער חוצפה פון קודם געבן מיט אזא ברייטקייט אסאך אימעיל ספעיס פון בערך צוויי גיג און דערנאך ווען מען האט זיך שוין אזוי איינגעוואוינט נישט אויסצומעקן קיין אימעילס האבן זיי פלוצים אפגעהאקט און אראפגעשינדן די פרייע סחורה אז היינט האלט איך שוין ביים כמעט אויסנוצען מיין גאנצע ספעיס) און יעדע סעקונדע האט ער פריש געגעבן א וואקס ארויס מיט די נייע אימעילס וואס ער האט יעצט אריבערגעפירט.
עכ"פ וויל איך וויסן וואס געט ער מיר מער ווי ווען איך האב אפן מיין גימעיל און איך באקום סייווי אלע מיינע אימעילס.